מעדיצינישע מאַריכואַנע — כּשר!

Medicinal Marijuana: Kosher!


פֿון ייִט״אַ

Published June 30, 2013, issue of July 19, 2013.

תּל־אָבֿיבֿ. — אַן אָרטאָדאָקסישער רבֿ אין ישׂראל האָט געפּסקנט, אַז דאָס פֿאַרשפּרייטן און רייכערן קאַנאַביס, אָדער מאַריכואַנע, ווי אַ מעדיקאַמענט איז כּשר, אָבער ס׳איז פֿאַרווערט עס צו טאָן לטובֿת פֿאַרווײַלונג, האָט פֿרײַטיק איבערגעגעבן “מעריבֿ”.

אָנגעזעענע רבנים לאָזן אָפֿט אַרויס פּסקים וועגן מאָדערנע ענינים, אין שײַכות מיט דער פֿראַגע, צי שטימט עס מיט דער הלכה?

דער פּסק פֿון הרבֿ אפֿרים זלמנאָוויטש, פֿון מזכּרת־בתיה, אַ שטעטל לעבן תּל־אָבֿיבֿ, איז סותר דעם פּסק פֿון הרבֿ חגי בר־גיורא, דער הויפּט פֿון אַלע קיכן, בעקערײַען, שפּײַז־ליוועראַנטן און אונטערנעמונגען בײַם ישׂראלדיקן רבנות, וואָס האָט אין מאַרץ באַטאָנט, בעת אַן אינטערוויו מיטן ישׂראלדיקן פּראָ־מאַריכואַנע זשורנאַל “קאַנאַביס”: “על־פּי־דין איז נישטאָ קיין שום פּראָבלעם מיט רייכערן מאַריכואַנע”.

זלמנאָוויטש, דער מחבר פֿון אַ בוך וועגן אַלקאָהאָליזם בײַ ייִדן, האָט באַטאָנט: “דאָס אײַננעמען נאַרקאָטיק, סתּם כּדי צו אַנטלויפֿן פֿון דער וועלט, איז זיכער פֿאַרבאָטן.”

פֿון דער אַנדערער זײַט, אויב דער דאָקטער הייסט דעם פּאַציענט רייכערן קאַנאַביס, כּדי גרינגער צו מאַכן זײַנע ווייטיקן, טוט דער דאָקטער “אַ מיצווה”, און דער פּאַציענט, וועלכער נעמט אײַן דעם מאַריכואַנע־מעדיקאַמענט, טוט עס “אויף אַ כּשרן אופֿן”.

בערך 11,000 ישׂראלים רייכערן מאַריכואַנע ווי אַ מעדיצינישער מיטל, אַרײַנגערעכנט מענטשן, וואָס לײַדן פֿון טראַומע אָדער פּאַרקינסאָנס, גיט איבער דער ישׂראלדיקער געזונט־מיניסטעריום.