דער ניו־יאָרקער הויפּט־פּראָקוראָר האָט אָנגעקלאָגט פֿיר ניו־יאָרקער, פֿאַר האָבן, אַ פּנים, געגנבֿעט מער ווי 2.5 מיליאָן דאָלאַר, וואָס זיי האָבן געהאַט געזאַמלט לטובֿת ישׂראל.
די פֿיר באַשולדיקטע זענען יעקבֿ ווײַנגאַרטען, 52 יאָר אַלט; זײַן פֿרוי, רבֿקה, אויך 52; און צוויי פֿון זײַנע אָנגעשטעלטע: שמעון ווײַס, 28 יאָר, און דוד יפֿת, 66 יאָר, האָט פֿרײַטיק איבערגעגעבן די “ניו־יאָרק טײַמס”.
דער הויפּט־פּראָקוראָר, עריק שנײַדערמאַן, האָט באַשולדיקט די פֿיר אין “חוצפּהדיק אויסניצן די ברייהאַרציקייט פֿון דער געזעלשאַפֿט”, דורכן אויסגעבן מער ווי 2.5 מיליאָן דאָלאַר פֿון די צדקה־פֿאָנדן פֿאַר פּערזענלעכע און משפּחה־הוצאָות צווישן די יאָרן 2007 און 2013.
דער אָנקלאָג איז אַרײַנגעגעבן געוואָרן דאָנערשטיק אינעם שטאַטישן העכסטן געריכט אין ברוקלין. ווײַנגאַרטענס אַדוואָקאַט, שעלדאָן אײַזענבערגער, האָט נישט געענטפֿערט אויף די טעלעפֿאָנן־אָנזאָגן, וואָס די “טײַמס” האָט איבערגעלאָזט בײַ זײַן אויפֿנעמערין.
לויטן אָנקלאָג, האָבן די באַשולדיקטע געזאַמלט געלט פֿאַר 19 צדקה־אָרגאַניאַציעס, וואָס זיי האָבן אַליין אויסגעטראַכט, כּדי צוצוציִען ייִדישע מנדבֿים, וועלכע ווילן שטאַרק העלפֿן ישׂראל, האָט די “טײַמס” געשריבן.
בלויז אַ קליינער טייל פֿון די בײַשטײַערס זענען טאַקע אָנגעקומען קיין ישׂראל, גיט איבער דער באַריכט. צום ווייניקסטן, 2,100 טשעקן האָבן “געפּלאַצט”, און 65,000$ איז געפּטרט געוואָרן צוליב טשעקן, וואָס זענען געווען העכער ווי די סומע, וואָס ס׳האָט זיך געפֿונען אויף דער באַנקקאָנטע, האָט שנײַדערמאַן דערקלערט.
שנײַדערמאַן האָט צוגעגעבן, אַז די באַשולדיקטע האָבן אויסגעניצט די פֿאָנדן אויף היפּאָטעקן פֿאַר זייערע הײַזער; איבערבויען זיי; אויטאָ־הלוואָות; וויזיטן צום ציינדאָקטער; געדונגענע ווידעאָס, און אַן עקסקורסיע אין “באָרגאַטאַ־קאַסינאָ” אין אַטלאַנטיק־סיטי.
צווישן די פֿאַלשע אָרגאַניזאַציעס וואָס ווערן אָנגערופֿן אינעם אָנקלאָג, זענען “בני־תּורה”, “מגן־ישׂראל” און די “ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט קעגן לייקעמיע און ראַק”. בלויז 2 פֿון די 19 אָרגאַניזאַציעס זענען רעגיסטרירט אין ישׂראל, האָט שנײַדערמאַן באַטאָנט. די באַשולדיקטע האָבן איבערגעצײַגט די מנדבֿים צו געבן זיי דאָס געלט, ניצנדיק פֿאַלסיפֿיצירטע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון אַרבעטער און אויסשטאַטונג, וואָס געהערן צו אמתע ישׂראלדיקע פּקוח־נפֿש אָרגאַניזאַציעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.