אין אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט איז סאַנקט־פּעטערבורג געװאָרן דער צענטער פֿונעם מאָדערנעם רוסישן ייִדנטום. אינעם דאָזיקן פֿאַקט אַלײן שטעקט שױן אַ פּאַראַדאָקס, װײַל די הױפּטשטאָט פֿון דער רוסישער אימפּעריע איז געװען מחוץ דעם ייִדישן תּחום־המושבֿ. דאָס הײסט, אַז בלױז די פּריװילעגירטע קאַטעגאָריעס ייִדן האָבן געהאַט דאָס װױנרעכט אין דער שטאָט. אָבער ניט געקוקט אױף אַלע מניעות און שטערונגען, האָט פּעטערבורג שױן דעמאָלט פֿאַרמאָגט אַ היפּשע ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון אַרום פֿערציק טױזנט נפֿשות, און מסתּמא נאָך מער, אױב מען רעכנט אַרײַן די, װאָס האָבן דאָרט געלעבט אומלעגאַל אָדער זײַנען געקומען אױף אַ קורצן באַזוך. דעם בעסטן פּאָרטרעט פֿון יענער תּקופֿה געפֿינט מען אין שלום אַשס ראָמאַנען „מערי‟ און „פּעטערבורג‟.
עס איז עד־היום ניטאָ קײן אַרומנעמיקע געשיכטע פֿון ייִדן אין פּעטערבורג, הגם אַ צאָל היסטאָריקער האָבן באַרירט פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון דער דאָזיקער טעמע. דער קומעדיקער היסטאָריקער װעט זײַן אין אַ בעסערן מצבֿ אײדער זײַנע פֿאָרגײער, װײַל ער װעט האָבן אַ פֿעסטן יסוד פֿאַר זײַן פֿאָרשונג; דהײַנו: דאָס איז דער װעגװײַזער „דאָקומענטן פֿאַר דער געשיכטע און קולטור פֿון ייִדן אין די אַרכיװן פֿון סאַנקט־פּעטערבורג‟, װאָס איז אָקערשט אַרױס אינעם פּעטערבורגער פֿאַרלאַג „מיר‟. דאָס דאָזיקע בוך איז דער צװײטער באַנד אינעם קאָמפּלעט פֿון דרײַ אָדער פֿיר ביכער, װאָס באַקענען דעם לײענער מיט די „ייִדישע‟ אוצרות אין די פּעטערבורגער אַרכיװן.
דער ערשטער באַנד פֿונעם דאָזיקן קאָמפּלעט איז כּולל מאַטעריאַלן פֿון די פֿעדעראַלע רוסישע אַרכיװן; דאָס הײסט,די דאָקומענטן, װאָס באַטרעפֿן די ייִדישע ענינים אין דער גאַנצער רוסישער אימפּעריע און סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. די מקורים אינעם איצטיקן צװײטן באַנד האָבן צו טאָן מיטן ייִדישן לעבן אין דער שטאָט גופֿא און זײַנע סבֿיבֿות. דאָס איז אַ טײל פֿון דער גרעסערער אַרומנעמיקער סעריע פֿון װעגװײַזער װעגן ייִדישע מאַטעריאַלן אין די אַרכיװן פֿונעם גאַנצן געװעזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, װאָס גײט אַרױס אונטער דער רעדאַקציע פֿון פּראָפֿעסאָר דוד פֿישמאַן פֿונעם „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟. די רעדאַקטאָרן פֿונעם צװײטן פּעטערבורגער באַנד זײַנען דער רוסישער פֿאָרשער אַלעקסאַנדער איװאַנאָװ און מאַרק קופּאָװעצקי.
אין זײַן זאַכלעכער און פּרטימדיקער הקדמה באַמערקט איװאַנאָװ, אַז עד־היום װערן אין די היסטאָרישע פֿאָרשונגען באַנוצט דער עיקר, די לאַנג־באַקאַנטע היסטאָרישע מקורים און דאָקומענטן. „דער דאָזיקער װעגװײַזער‟, שרײַבט ער װײַטער, „פֿאַרברײטערט און סיסטעמאַטיזירט די באַזע פֿון מקורים װעגן דער קולטור און געשיכטע פֿונעם פּעטערבורגער ייִדנטום, און ברענגט אַרײַן אַ רײ אַרכיװאַלע זאַמלונגען, װאָס האָבן ביז איצט ניט צוגעצױגן דעם אױפֿמערק פֿון די פֿאָרשער‟.
איװאַנאָװס איבערזיכט באַקענט דעם לײענער מיט די װיכטיקסטע פֿאָרשערישע אַרבעטן װעגן ייִדן אין פּעטערבורג און עפֿנט נײַע פּערספּעקטיװן פֿאַרן קומעדיקן דור. די צאַרישע רעגירונג האָט געװידמעט דער „ייִדישער פֿראַגע‟אַ סך אַכט, און די רוסישע ביוראָקראַטישע מאַשינעריע האָט איבערגעלאָזט אַ שלל מיט דאָקומענטן. דער פּאָליצײ־דעפּאַרטאַמענט, די לער–אַנשטאַלטן, פֿאַרשידענע יורידישע אינסטאַנצן, די מלוכישע און שטאָטישע אַדמיניסטראַציע זײַנען געװען באַזאָרגט מיט דעם, װאָס עס טוען די ייִדן אין דער קרױנשטאָט, און װי אַזױ צו קאָנטראָלירן זײער טעטיקײט.
נאָך דער רעװאָלוציע האָט זיך דער מצבֿ געביטן, װײַל די ייִדן זײַנען מער ניט געװען קײן יוצא־מן־הכּלל אין דער סאָװעטישער אַדמיניסטראַטיװער סיסטעם. צום יאָר 1930 האָט די סאָװעטישע מאַכט ליקװידירט כּמעט אַלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, װאָס האָבן איבערגעלעבט די רעװאָלוציע. אין משך פֿון די 1920ער און 1930ער יאָרן האָט די קאָמוניסטישע רעגירונג פֿאַרמאַכט אַלע שילן, חוץ דער גרױסער קאָרשול, װאָס פֿונקציאָנירט בעת דער גאַנצער סאָװעטישער תּקופֿה.
אָבער דאָס ייִדישע לעבן אין לענינגראַד איז ניט געשטאָרבן. ביז 1936 איז די װיכטיקסטע סאָװעטישע ייִדישע אָרגאַניזאַציע געװען „לען־אָזעט‟ („געזערד‟), װאָס איר ציל איז געװען צו שטיצן דעם ייִדישן ייִשובֿ אין ביראָבידזשאַן. נאָך דער מלחמה איז די קלײנע רעליגיעזע קהילה פֿאַרבליבן די אײנציקע ייִדישע אָרגאַניזאַציע, אָבער די „ייִדישע פֿראַגע‟ האָט װײַטער באַזאָרגט די סאָװעטישע און פּאַרטיייִשע אָרגאַנען. עס האָבן זיך אָפּגעהיט פּראָטאָקאָלן פֿון ליטעראַרישע דיסקוסיעס, װאָס מען האָט געפֿירט אין 1949 אין סאַמע ברען פֿון סטאַלינס גזירות. מען האָט קאַטעגאָריש אַרײַנגעזאָגט דעם באַקאַנטן רוסישן שרײַבער יורי גערמאַן: „דער הױפּטהעלד פֿון אַ ליטעראַרישן װערק טאָר ניט זײַן קײן ייִד. דאָס איז קאָסמאָפּאָליטיזם!‟. אַזאַ מין רעזאָלוציע איז אַ קלאָרער דאָקומענטאַלער באַװײַז, אַז די גאַנצע קאַמפּאַניע קעגן „קאָסמאָפּאָליטן‟ אין דער סאָװעטישער קולטור איז קודם־כּל, געװען געצילט קעגן ייִדן.
אַן אַרכיװאַלער װעגװײַזער איז אַװדאי ניט קײן פֿאַרכאַפּנדיקע לעקטור, װאָס מען קאָן איבערלײענען פֿון אָנהײב ביזן סוף מיט אײן מאָל. מען נוצט דאָס דאָזיקע בוך, װען מען דאַרף אָפּזוכן דאָקומענטאַלע ידיעות פֿאַר אַ פֿאָרשערישן פּראָיעקט. אָבער די קיצורים, װאָס פֿאַרסך־הכּלען דעם אינהאַלט פֿון אײנצלנע אַרכיװאַלע זאַמלונגען און פֿאָנדן, פֿונעם פּאָליצײ–דעפּאַרטאַמענט ביז קולטורעלע און אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן, פֿאַרמאָגן אַ סך אינטערעסאַנטע דעטאַלן. חוץ נײטיקער פֿאַקטישער אינפֿאָרמאַציע האָבן די רעדאַקטאָרן אַרײַנגענומען לעבעדיקע פּרטים, װאָס װעקן אױף דעם פֿאָרשערישן נײַגער. מען דערװיסט זיך װעגן כּלערלײ פּלענער און פּראָיעקטן פֿון ייִדישער פּאָליטישער, רעליגיעזער און קולטורעלער טעטיקײט, װעגן ביכער, װאָס מען האָט געהאַט אין זינען אַרױסצוגעבן אָדער טעאַטראַלע פֿאָרשטעלונגען, װאָס מען האָט פּלאַנירט אױפֿצופֿירן.
דאָס לעבן, װאָס האָט זיך „אָפּגעלײגט‟, װי מען זאָגט אױפֿן אַרכיװ־לשון, איז אַן אָפּשפּיגלונג פֿון דער פֿילזײַטיקער װירקלעכקײט פֿון די אַמאָליקע צײַטן. אָבער די אַרכיװן זײַנען אױך אַ בית־עולם פֿון כּלערלײ פּלענער, פּראָיעקטן, װיכּוחים און חלומות פֿון די אַמאָליקע דורות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.