סוף יוני האָט מען אָפֿיציעל מחנך געווען אַ נײַ אָרט אין האַרלעם (116 גאַס, צווישן פֿרעדריק דאַגלעס און מאַנהעטן עוועניוס), מיטן נאָמען „סילוואַנאַ‟ (Silvana). וואָס פֿאַר אַן אָרט איז עס? פֿאַר וואָס איז עס אַ נײַעס? נו, דאָס אָרט איז אַ רעסטאָראַן פֿון אַ מיטל-מיזרחדיקער ישׂראלדיקער קיך; דאָס הייסט, אַזעלכע מטעמים, ווי פֿאַלאַפֿעל, שוואַרמע, כומוס, שאַקשוקע, אד”ג, וואָס איז שוין אַ גוטע בשׂורה פֿאַר אַ סך מענטשן אין דעם געגנט. גוט, אָבער דאָס דערציילט נישט די גאַנצע מעשׂה, ווײַל עס רעדט זיך בעצם וועגן אַ גאַנצן דרײַ-שטאָקיקן קאָמפּלעקס מיט איין שטאָק פֿון עסן, מוזיק-קאָנצערטן, „נאַרגילאַ‟ („שישאַ‟ אויף אַראַביש, „הוקאַ‟ אויף ענגליש, אָדער „אַ וואַסער-פּפֿײַפֿע‟ אויף דײַטש); אויפֿן צווייטן שטאָק געפֿינט זיך אַ קאַווע-הויז און אַ קראָם מיט קונסט-אָביעקטן פֿון דער גאַנצער וועלט, אַרײַנגערעכנט ישׂראל (אָבער נישט די צו-טײַערע אָביעקטן); ווי אויך אַ פּלאַן פֿאַר אַ דאַך-שטאָק, וואָס איז נאָך נישט אָפֿן.
די אייגנטימער פֿונעם נײַעם נאַכט-קלוברעסטאָראַןקאַווע-הויזקונסט-קראָם — הייסט סיון (סיוואַן) באַראָן. זי שטאַמט פֿון ישׂראל, און איר מאַן, אַבדעל אַודראָגאָ, איז געקומען פֿון בורקינאַ פֿאַסאָ, אַ מדינה אין מערבֿ-אַפֿריקע. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט דאָס פּאָרל, סיוואַן און אַבדעל, געעפֿנט אין האַרלעם דעם „שרײַן‟ (Shrine) — אַ היימישער נאַכט-קלוב, וואָס ספּעציאַליזירט זיך אין „וועלט-מוזיק‟, מיט 3-4 מוזיק-אויפֿטרעטונגען יעדן אָוונט. טאַקע די גרויסע הצלחה פֿון „שרײַן‟, אַ פּיאָנערישער קלוב פֿון דעם מין אין האַרלעם, האָט דערפֿירט צו דער עפֿענונג פֿון „סילוואַנאַ‟ (אַגבֿ, דער נאָמען „סילוואַנאַ‟ קומט פֿון סיוואַנס צונאָמען).
איך האָב סיוואַן און אַבדעלן, אַ פּאָר וואָכן פֿאַרן חנוכּת-הבית, געפֿרעגט, וואָס פּלוצעם אַזאַ מין קלוב אינעם סאַמע האַרץ פֿון האַרלעם, ווער דאַרף אים דאָרט האָבן? „אין דער געגנט וווינען אַ סך אַפֿריקאַנער, פֿראַנצויזן, און ישׂראלים וואָס זענען צוגעוווינט צו דעם סאָרט עסן, — איז געווען סיוואַנס ענטפֿער, — און אַנשטאָט זיי זאָלן גיין אין אַנדערע טיילן שטאָט, וועלן זיי קומען אַהער.‟
דאָס עסן און די געווירצן ברענגט מען פֿון ישׂראל. די פּיטעס קומען פֿון אַ ישׂראלדיקער בעקערײַ אין ברוקלין. די שוואַרמע איז דאָ פֿון כּלערליי סאָרטן, אָבער סיוואַן האָט געוואָלט בפֿירוש דעם ישׂראלדיקן טעם. האָט זי פֿאַרבעטן אַ ישׂראלדיקן קוכער, ער זאָל אויסלערנען איר אייגענעם קוכער ווי צו מאַכן דאָס ישׂראלדיקע עסן. זי זאָגט מיר, אַז אין פֿאַרגלײַך מיטן „שרײַן‟, וועט די מוזיק אין „סילוואַנאַ‟ זײַן מער געשפּילט אַקוסטיש, כּדי מענטשן זאָלן קענען רעדן צווישן זיך בשעתן עסן. און נאַרגילאַ וועט מען קענען רייכערן נאָר שפּעט בײַ נאַכט, אַז עס זאָל געשאַפֿן ווערן אַן אָנגענעמע אַטמאָספֿער פֿאַר משפּחות מיט קינדער צו זיצן דאָרט.
אַבדעל און סיוואַן האָבן זיך באַקענט מיט עלף יאָר צוריק בשעת זיי האָבן מיטגעאַרבעט אין אַ פֿראַנצייזישן רעסטאָראַן אין לאָוער איסט-סײַד פֿון מאַנהעטן. זי איז געווען אַ פֿאַרוואַלטערין, און ער פֿלעגט וואַשן די כּלים אין קיך. סיוואַן דערציילט: „ער איז אָנגעקומען דעמאָלט פֿון פֿראַנקרײַך, נאָכן אַרבעטן דאָרט אין דעם מוזיק-ביזנעס. ער האָט נישט געקענט קיין ענגליש, און איך האָב נאָר אַ ביסל גערעט פֿראַנצייזיש. מיר האָבן זיך פֿאַרליבט, און איך האָב זיך אַריבערגעקליבן אין האַרלעם, וווּ אַבדעל האָט שוין געוווינט. אים איז תּמיד געווען וויכטיק צו זײַן נאָענט צו דער אַפֿריקאַנער קהילה אין האַרלעם.‟
סיוואַן איז אָנגעקומען קיין ניו-יאָרק מיט 14 יאָר צוריק צו שטודירן אַרכיטעקטור. נאָכן אויסברוך פֿונעם עקאָנאָמישן קריזיס, האָט זי פֿאַרלוירן איר אַרבעט-שטעלע, בעתן טראָגן דאָס צווייטע קינד. האָט זי זיך דעמאָלט מער אָפּגעגעבן מיט די געשעפֿטן.
איך פֿרעג זיי, ווי אַזוי מע נעמט זיי אויף אין יעדער געזעלשאַפֿט, בפֿרט אין האַרלעם; צי האָבן זיי אַמאָל געפֿילט, אַז מע באַציט זיך צו זיי אומטאָלעראַנט, ווי אַ „געמישט פּאָרל‟? געענטפֿערט האָט סיוואַן: „אַבדעל איז געבוירן געוואָרן אַ מוסולמענער, אָבער ער אידענטיפֿיצירט זיך הײַנט ווי אַן אַטעיִסט. ער דאַוונט נישט, ער טרינקט משקה. ער איז געגאַנגען נאָר איין מאָל אין מעטשעט זינט מיר האָבן זיך באַקענט, פּונקט ווי איך גיי איין מאָל אַ יובֿל אין שיל אויף יום-כּיפּור. אַבדעל האָט ליב ישׂראל אַהבֿת-נפֿש, און האָט ליב צו טראָגן די העמדער, וווּ עס שטייט אָנגעשריבן: Don’t worry be Jewish (זאָרג זיך נישט, זײַ אַ ייִד)‟.
זיי האָבן צוויי קינדער און ביידע טראָגן זיי סײַ אַ העברעיִשן נאָמען, סײַ אַן אַפֿריקאַנער. סיוואַן גיט מיר צו פֿאַרשטיין, אַז די קינדער קענען זײַן אי ייִדן, אי מוסולמענער (לויט די דינים פֿון די צוויי רעליגיעס), אָדער זיי קענען צווישן די צוויי ברירות אויסקלײַבן נאָר איינע. „מיר דערציִען זיי מער לויטן ייִדישן שטייגער, וואָס שײַך די יום-טובֿים, די מינהגים, זיי רעדן העברעיִש.‟ (די קינדער זענען באַהאַוונט אין 4 שפּראַכן!) די עלטסטע טאָכטער דעפֿינירט זיך ווי אַן אַפֿריקאַנער-אַמעריקאַנערין.
סיוואַן דערציילט, אַז זי פֿלעגט אַ סך מאָל הערן פֿון איר טאָכטער: „מאַמע, למאַי זאָלסטו נישט גיין צום דאָקטער, ער זאָל דיך איבערמאַכן אויף ברוין, ווי דער טאַטע און איך?‟ — און בײַם אָנהייב פֿלעגט סיוואַן שאָקירט ווערן דערפֿון. אַבדעל און סיוואַן האָבן זייער ליב די האַרלעם־געגנט. „ס’איז אַ וווּנדערלעכע געגנט צו האָדעווען קינדער, אַ פֿריילעך אָרט מיט מער רוים, ווי בײַ אַנדערע טיילן שטאָט, — טיילט זיך מיט מיר סיוואַן, — מ‘איז פֿרײַנדלעך דאָ, מע פֿאַרגינט איינער דעם צווייטן, און בכלל לעבט האַרלעם איבער אַ שטיקל רענעסאַנס.‟
איך האָב לעצטנס באַזוכט „סילוואַנאַ‟ נאָכן מחנך זײַן, און כ’קען עדות זאָגן, אַז דאָס אָרט איז זייער פֿרײַנדלעך געבויט, ממש ווי די געגנט אַליין. אויבן זיצט מען אַרום בשותּפֿותדיקע טישן, אַז ס‘ווערט נאַטירלעך פֿאַר פֿרעמדע מענטשן צו כאַפּן אַ שמועס איינער מיטן צווייטן. איר קענט אַליין אויסקלײַבן די מוזיק פֿון דער ריזיקער קאָלעקציע פֿון פֿאָנאָגראַפֿישע דיסקן. אונטן קען מען זיצן בניחותא און עסן צו זאַט אַ מנה-יפֿה, אָדער בלויז נאַשן, און קוקן אויף די קאָלאַזשן פֿון ישׂראל-בילדער אויף די טישן און אויף די ווענט. און לגבי דעם עסן — מע לעקט ממש די פֿינגער! „סילוואַנאַ‟ איז אָפֿן זיבן טעג אַ וואָך, מע סערווירט פֿלייש, אָבער קיין כּשרות-סערטיפֿיקאַט איז ניטאָ.
אַ שיינע טראַדיציע, וואָס אַבדעל און סיוואַן האָבן אָנגעהויבן, איז דער יערלעכער „מאַפֿריקאַ‟- פֿעסטיוואַל (Mafrika), וואָס קומט שוין פֿאָר 7 יאָר, אָנהייב יוני אין „מאַרקוס גערווי פּאַרק‟ אין האַרלעם. דער פֿעסטיוואַל דויערט אַ גאַנצן טאָג, ער איז אינגאַנצן בחינם, און ער נעמט אַרײַן כּל-מיני מוזיק-גרופּעס, אַפֿריקאַנער עסן, טענץ, פּריזן, און אַקטיוויטעטן פֿאַר קינדער. דערצו, מאַכט מען דאָרט כּולל אומזיסטע „איידס‟-טעסן, וואָס איז וויכטיק פֿאַר דער קהילה.
אַבדעל איז הײַיאָר אַפֿילו באַערט געוואָרן פֿונעם סענאַטאָר ביל פּערקינס מיטן ערן-צייכן פֿאַר זײַן טעטיקייט אין „מאַפֿריקאַ‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.