צי ביר און ברויט שטאַמען פֿון איין עטימאָלאָגישן אָבֿ איז נישט זיכער — טייל קענערס האַלטן, אַז יאָ, אַנדערע, ווידער, נישט. נאָר פּונקט ווי ס’איז נישט קיין צופֿאַל, אַז „בער”, „ביבער” און „ברוין” האָבן אַלע די קאָנסאָנאַנטן ב און ר, איז אפֿשר אויך נישט קיין צופֿאַל, אַז סײַ „ביר”, סײַ „ברויט” האָבן אָט די קאָנסאָנאַנטן. (דאָס וואָס ביידע ווערטער־גרופּעס האָבן די זעלביקע קאָנסאָנאַנטן איז מסתּמא יאָ צופֿעליק.)
אַז ביר און ברויט האָבן ביידע אַ סך בשותּפֿות איז קלאָר לכל־הדעות. ביידע מאַכט מען פֿון תּבֿואה, וואַסער און הייוון דורך יערן/יוירן; ביידע זענען נערעוודיק — דערעיקרשט ווײַל זיי האָבן אין זיך אַ סך קאַלאָריעס, און חוץ אין אונדזערע צײַטן און אין רײַכע לענדער איז דאָס פֿאַררעכנט פֿאַר אַ מעלה.
סײַ ביר, סײַ ברויט מאַכן מענטשן שוין טויזנטער יאָרן — מע רעכנט, אַז נישט ווינציקער ווי 10,000 יאָר, פֿון דער צײַט ווען דער מענטש האָט זיך גענומען צו אַגריקולטור. מע מאַכט זיי גאַנץ גרינג: ס’איז גענוג אויסמישן מעל מיט וואַסער און איבערלאָזן עס אין דרויסן, די הייוון אין דער לופֿטן זאָל זיך דערצו צוכאַפּן און עס מאַכן יוירן. (אָט פֿאַר וואָס מע דאַרף זייער גיך מאַכן מצה, איידער פֿון די הייוון אין דער לופֿט זאָל עס נישט אָנהייבן אויפֿגיין.) פֿונדעסטוועגן מאַכט מען ברויט אָפֿטער דורך צוגעבן בכּיוון הייוון אָדער באַקפּראָשיק; ביר, ווידער, גייט דורך אַ ספּעציעלע פּראָצעדור: מע נעמט תּבֿואה (דער הויפּט גערשטן, אָבער אויך ווייץ, רײַז אאַז”וו), מישט עס אויס מיט וואַסער און דערנאָכדעם טריקנט מען עס אויס. פֿון דעם קריגט מען מאַלץ, וווּ פֿונעם קראָכמאַל אין דער תּבֿואה איז געוואָרן צוקער. ערשט פֿונעם צוקער קענען די הייוון מאַכן אַלקאָהאָל.
כּידוע איז ברויט אַ יסודותדיק עסנוואַרג. דאָס ענגלישע ווערטל bread is the staff of life (‘ברויט איז דער אונטערלען פֿון לעבן’) איז פּאַראַפֿראַזירט פֿון ויקרא, פּרשה בחקותי, כו:26 — „אַז איך וועל אײַך צעברעכן דעם אונטערלען פֿון ברויט” (תּרגום יהואש) — נאָר דאָ איז ברויט גיכער טײַטש סתּם ‘עסנוואַרג’. אין דבֿרים, פּרשה עקבֿ, ח:3 שטייט, אָבער, „ניט אויף ברויט אַליין לעבט דער מענטש” — הייסט עס, אַז עסן מוז מען, אָבער דאָס איז נישט דער עיקר פֿונעם לעבן. נאָר די פֿאַרבינדונג פֿון ברויט מיטן לעבן איז זייער אַ שטאַרקע: אַ שטייגער, אויף אַראַביש זאָגט מען בדרך־כּלל אויף ברויט khubz, אָבער אין מיצרישן דיאַלעקט איז אויך דאָ אַ וואָרט ʻeysh ( „׳‟ איז דער עין־קלאַנג), וואָס זײַן תּחילתדיקער טײַטש איז גאָר ‘לעבן’. הייסט עס, ברויט איז לעבן און לעבן איז ברויט.
מיר האָבן שוין געזען, אַז אין חומש איז „ברויט” — לשון־קודש „לחם” — גיכער טײַטש ‘עסנוואַרג בכּלל’ ווי ‘ברויט ממש’. אויף אַראַביש איז laħm גאָר טײַטש ‘פֿלייש’; אויף אַנדערע סעמיטישע לשונות — ‘עסנוואַרג בכּלל’. אין אַ פֿריִערדיקן אַרטיקל האָבן מיר נאָך געזען, אַז דאָס ענגלישע meat, הײַנט ‘פֿלייש’, איז אויך געווען אַ מאָל ‘עסנוואַרג’. תּחילת האָבן אַ היפּשע צאָל אַנדערע ווערטער פֿאַר ‘ברויט’ אויך געהייסן ‘עסנוואַרג’: דאָס לאַטײַנישע panis, וואָס דערפֿון נעמען זיך דאָס פֿראַנצייזישע pain, דאָס פּאָרטוגאַלישע pão, דאָס שפּאַנישע pan, דאָס איטאַליענישע pane און דאָס רומענישע pîine, קער זיך אָן מיטן ענגלישן pasture (פֿון לאַטײַניש) און מיטן ייִדישן „פּאַשע(ן) (פֿון סלאַוויש) — הייסט עס, אַז די לאַטײַנישע און סלאַווישע ווערטער זענען אויך נאָענטע קרובֿים. די גערמאַנישע ווערטער: „ברויט”, bread, דײַטשיש Brot, האָלענדיש brood אאַז”וו — זענען אַ מאָל געווען טײַטש ‘שטיקל (עסן)’ און זענען מיט דער צײַט אײַנגעענגט געוואָרן אין טײַטש. די אַמאָליקע ווערטער פֿאַר ‘ברויט’ זענען ‘לאַבן/לעבל’, loaf, דײַטשיש Laib, וואָס הײַנט זענען זיי, פֿאַרשטייט זיך, טײַטש ‘אַ ברויט’. טשיקאַווע צו באַמערקן, אַז די סלאַווישע ווערטער פֿאַר ‘ברויט’ — טשעכיש chléb, פּויליש chleb, רוסיש khleb אד”גל — וואַקסן אַלע פֿונעם אַלט־הויכדײַטשישן hleib, די עלטערע פֿאָרעם פֿון ‘לאַבן’. אויך דאָס ענגלישע loaf איז אַ מאָל געווען hlāf.
ווערטער פֿאַר ‘ביר’ זענען פּשוטער. דאָס ייִדישע „ביר”, דאָס ענגלישע beer, דאָס דײַטשישע Bier, אַפֿילו דאָס פֿראַנצייזישע bière און דאָס איטאַליענישע birra, וואַקסן אַלע פֿון גערמאַניש, אָבער דאָס גערמאַנישע נעמט זיך, אַ פּנים, פֿונעם לאַטײַנישן bibere ‘טרינקען’! בײַ די סלאַוון איז זיך פֿאַרלאָפֿן עפּעס ענלעכס: פּויליש piwo, טשעכיש און רוסיש pivo, אוקראַיִניש pyvo וואַקסן אַלע פֿונעם ווערב ‘טרינקען’ — פּויליש pić, טשעכיש pít, רוסיש ‘pit, אוקראַיִניש pyty. דאָס עלטערע פֿראַנצייזישע cervoise, אַזוי ווי דאָס הײַנטיקע פּאָרטוגאַלישע cerveja מיטן שפּאַנישן cerveza, וואַקסן פֿונעם לאַטײַנישן cervesia, אַ לײַוואָרט פֿון קעלטיש.
הײַנט דער גערמאַנישער שורש וואָס איז ענג פֿאַרבונדן מיט „ביר” אאַז”וו: ר’איז ייִדיש „ברוי(הוי)ז” און „ברײַען”, ענגליש brew(ery), דײַטשיש brauen. דער תּחילתדיקער טײַטש זײַנער איז ‘זידן’, קער ער זיך אָן מיטן ייִדישן „בריִען” (למשל, טיי), ענגליש broth, דײַטשיש Brühe ‘(ביידע) יויך’.
פֿאַרשטייט זיך, אַז „ברויט” האָט אַ וויכטיקן חלק אינעם ייִדישן שפּראַכפֿאָלקלאָר:
דער פּרנסה־געבער איז דער „ברויטגעבער” — פּונקט אַזוי ווי דאָס ענגלישע breadwinner;
„וועמען צו ברויט, וועמען צו טויט” — ווער ס’האָט מזל, ווער נישט;
„בעסער בײַם טאַטן ברויט איידער בײַ זיך קוילעטש” — בעסער קריגן פֿון טאַטע־מאַמע איידער פֿאַרדינען אַליין;
„פֿון ברויט מיט קרויט ווערן די באַקן רויט” — פֿון די צוויי מאכלים קען מען לעבן;
„אַז מע באַקט ברויט איז די גאַנצע שטוב זאַט” — ברויט איז גענוג אויף זיך אָנצועסן;
„ברויט ווערט נישט נימאס”;
„נייטיק ווי ברויט” — ווי דאָס לעבן;
„אַז מע האָט ברויט, זאָל מען נישט וועלן קיין זעמל”/„אַז מע זוכט חלה, פֿאַרלירט מען ברויט” — אַז מע האָט דאָס וואָס מע דאַרף זאָל מען זײַן צופֿרידן;
„אָפּגעגעבן ברויט” — נקמה;
„בעטלברויט”, „קיצבֿה־ברויט”, „צדקה־ברויט” — צדקה;
„פֿרעמד ברויט רײַסט אין האַלדז”, „זאָל זײַן פֿרעמדע תּכריכים, אַבי אַן אייגן שטיקל ברויט” — בעסער האָבן אייגענע פּרנסה און נישט דאַרפֿן אָנקומען צו פֿרעמדע;
„צו ברויט געפֿינט מען שוין אַ מעסער” — אַפֿילו מיט אַ קליינער פּרנסה קען מען זיך אַן עצה געבן;
„געבראָכן ווערן פֿון ברויט”, „קומען פֿון ברויט” — ווערן אָרעם;
„פֿון דעם מעל וועט שוין קיין ברויט נישט זײַן” — עפּעס טויג שוין נישט;
„דאָס ברויט פֿאַלט אים שטענדיק מיט דער פּוטער אַראָפּ” — ער האָט נישט קיין מזל;
„לעבן מיט ברויט און וואַסער” — לעבן אָרעם;
„אַז מע האָט נישט קיין ברויט, איז ערגער ווי דער טויט”;
„אַז מע האָט ברויט, וויל מען קוילעטש” — דער מענטש איז קיין מאָל נישט צופֿרידן מיט דעם וואָס ער האָט;
„די ליבע איז זיס, נאָר זי איז גוט מיט ברויט” — אַפֿילו אַז מע איז פֿאַרליבט דאַרף מען האָבן פּרנסה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.