אין אַן אַרטיקל אין „האָרץ‟ די וואָך, דערציילט דן גאָלדבערג וועגן אַ ייִדישער עצה־געבערין אין דער תּפֿיסה־סיסטעם, וועלכע האָט אַליין אַן אינטערעסאַנטע געשיכטע.
טימי רובין, די טאָכטער פֿון אַ לעבן־געבליבענעם פֿונעם באַקאַנטן „קינדערטראַנספּאָרט‟ פֿון דײַטשלאַנד, איז אַן אַמאָליקע „היפּי‟, וועלכע איז שפּעטער פֿרום געוואָרן, געאַרבעט ווי אַ טיקערין אין דער מיקווה, און הײַנט באַזוכט זי די ייִדישע אַרעסטאַנטן איבער אויסטראַליע. זי זאָגט, אַז במשך פֿון איר 20 יאָר לאַנגער אַרבעט, זענען ס‘רובֿ פֿון די אַרעסטאַנטן געווען ישׂראלים פֿאַרמישפּט פֿאַר נאַרקאָטיק־ענינים.
בנימין ראָזענפֿעלד איז איינער פֿון זיי: אַ ישׂראלי אין די 50ער יאָרן, זיצט ער שוין פֿינף יאָר (זײַן שטראָף איז 21 יאָר), ווײַל ער האָט אַרײַנגעשמוגלט אַ ריזיקע קוואַנטיטעט פֿונעם הויפּט־אינגרעדיענט פֿון דעם נאַרקאָטיק „עקסטאַסי‟ — מיט אַ ווערט פֿון 50 מיליאָן דאָלער — פֿון חיפֿה קיין אויסטראַליע.
בײַם מעלדן די שטראָף האָט דער ריכטער פֿון ראָזענפֿעלדס פּראָצעס דעמאָלט געזאָגט, אַז דאָס געריכט איז מחויבֿ געווען אים שטרענג צו באַשטראָפֿן, כּדי אַנדערע זאָלן אים נישט נאָכטאָן; אָבער אַזאַ סטראַטעגיע טויג נישט, זאָגט פֿרוי רובין.
„ס‘איז ווילד — קיינער וואָרנט נישט די ישׂראלים, אַז אויסטראַליע האָט צווישן די שטרענגסטע אַנטי־נאַרקאָטיק געזעצן אויף דער וועלט,‟ האָט די מעלבורן־געבוירענע רובין דערציילט בעת אַן אינטערוויו. „ווען זיי קומען אַהער, מיינען זיי, אַז ס‘איז זייער פּשוט צו פֿאַרדינען פֿון נאַרקאָטיק־האַנדל.‟
אויסטראַליע גיט אויס 2 ביליאָן דאָלער אַ יאָר דורכצופֿירן אירע נאַרקטאָרטיק־געזעצן, און בערך 30,000 מענטשן זענען געזעסן אין תּפֿיסה אין 2012. קיין פּינקטלעכע סטאַטיסטיק בנוגע די ישׂראלים איז נישט פֿאַראַן, אַבער רובין האַלט, אַז במשך פֿון די לעצטע 20 יאָר, זענען 50 ישׂראלים געזעסן צוליב דעם אין אויסטראַליע, און 500 ייִדן בכלל.
אין די 1970ער יאָרן האָט פֿרוי רובין פֿאַרבראַכט עטלעכע יאָר אינעם „קיבוץ ראש־הניקרה‟. זי האָט געמאַכט אַ גײַסטיקע נסיעה קיין אינדיע, אַזוי ווי אירע ישׂראלדיקע פֿרײַנד, אָבער דערנאָך האָט זי געמאַכט אַ חשבון־הנפֿש און געפֿאָרן קיין ברוקלין, וווּ זי האָט זיך פֿאַרשריבן אין אַ חב״ד־ישיבֿה. דאָרטן האָט זי חתונה געהאַט מיט אַן אַמעריקאַנער פּסיכאָלאָג פֿון אָהײַאָ. דער ליובאַוויטשער רבי האָט זי אינספּירירט צו העלפֿן די אַרעסטאַנטן.
יעדע וואָך, במשך פֿון די לעצטע 19 יאָר, ברענגט פֿרוי רובין די ייִדישע אַרעסטאַנטן באַטעמטע מאכלים און לעגאַלע עצות. אַ ישׂראלדיק פּאָרל פֿון רחבֿות איז אײַנגעזעצט געוואָרן אין 2011 פֿאַר נאַרקאָטיק, און זיי זענען איצט פֿרײַ אויף קויציע, אַ דאַנק רובין.
ווען רובין העלפֿט נישט די אַרעסטאַנטן, פֿירט זי אָן מיט דער „חיה־מושקע שנאיורסאָן מיקווה אין מעלבורן‟, בעסער באַקאַנט ווי „טימיס מיקווה‟. זי האַלט אָבער ווײַטער אַ פֿאַרבינדונג מיט דער סעקולערער סבֿיבֿה. איר ראָלע ווי אַ תּפֿיסה־גײַסטיקע עצה־געבערין לאָזט זי „אויספֿאָרשן‟ איר וועלטלעכן כאַראַקטער, אָבער איר מאָטיווירונג איז צו וואָרענען די ישׂראלים.
„מיר האָבן קיינעם נישט געקענט — נישט קיין פֿרײַנד, קיין משפּחה,‟ האָט געזאָגט די פֿרוי פֿון רחבֿות. „טימי האָט אונדז געראַטעוועט. זי איז אַ מלאך‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.