מיר אַלע געדענקען, פֿאַרשטייט זיך, אַז מאָריס ווינטשעווסקי איז געווען אַ פּיאָנער פֿון ייִדישער ראַדיקאַלער פּרעסע; און אַ דיכטער פֿון דער זעלבער ריכטונג איז ער אויך געווען. די קלעזמאָרים זינגען נאָך איצט דאָס ליד „און מיר זײַנען אַלע ברידער‟, אויף ווינטשעווסקיס שורות. אָבער הײַנט דערמאָן איך ווינטשעווסקין, ווײַל אין יאָר 1881 האָט ער געשאַפֿן אין לאָנדאָן די צײַטונג „פּוילישער אידעל‟, ווי מע וואָלט עס געשריבן הײַנט. ווינטשעווסקי אַליין האָט געשטאַמט פֿון ליטע, און ס’רובֿ צי לכל-הפּחות זייער אַ סך פֿון זײַנע לייענער זײַנען געווען פֿון יענע מקומות. און דאָך, זעען מיר דאָס וואָרט „פּוילישער‟ אין דעם נאָמען פֿון דער אויסגאַבע.
ניט געקוקט אויף דעם, וואָס צו יענער צײַט איז פּוילן שוין לאַנג, מיט אַ יאָרהונדערט פֿריִער, געווען צעברעקלט און ס’רובֿ געוועזענע פּוילישע ייִדן זײַנען געווען תּושבֿים פֿון דער רוסישער אימפּעריע, זײַנען פֿאַר ווינטשעווסקין די ייִדן נאָך אַלץ געווען אַסאָציִיִרט מיט פּוילן. בכלל, די טראַנספֿאָרמאַציע פֿון „פּוילישע ייִדן‟ אין „רוסישע ייִדן‟ האָט געדויערט לאַנג אַפֿילו מחוץ די עכט-פּוילישע טעריטאָריעס גופֿא.
זייער אַ וויכטיקע ראָלע אין דער דאָזיקער טראַנספֿאָרמאַציע האָט געשפּילט די “סמעטענע” פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, וואָס האָט זיך באַזעצט אין דער רוסישער קרוינשטאָט פּעטערבורג. די מעגלעכקייט צו ווערן אײַנוווינער פֿון פּעטערבורג האָט זיך בײַ רײַכע ייִדן באַוויזן אין יאָר 1859, ווען אַלעקסאַנדער דער צווייטער, אַ גאַנץ ליבעראַלער קייסער אין די באַגריפֿן פֿון יענער צײַט, האָט דערלויבט עס צו טאָן די ייִדן, וועלכע האָבן געהערט צו דער ערשטער, רײַכסטער, גילדיע סוחרים. אין יענער צײַט האָבן אַ ביסל מער פֿון אַ מאה ייִדישע משפּחות געהאַט אַזאַ אָנגעהעריקייט. אייניקע פֿון זיי האָבן תּיכּף אויסגענוצט די נײַע מעגלעכקייט.
צווישן די נײַע פּעטערבורגער ייִדישע אײַנוווינער האָט זיך באַזונדערס אויסגעטיילט די משפּחה גינצבורג, וועלכע האָט גענומען אויף זיך דאָס שליחות פֿון זײַן די פֿירער פֿון רוסישע ייִדן. אַזוי, יעדנפֿאַלס, האָבן זיך אַליין פּאָזיציאָנירט די באַראָנען גינצבורג און זייער אַרום (דער “גינצבורג-קרײַז”, ווי דער היסטאָריקער דזשאָן קליִער האָט גערופֿן די דאָזיקע סבֿיבֿה). דער גינצבורג-קרײַז האָט מיט 150 יאָר צוריק, אין 1863, געשאַפֿן די ערשטע צענטראַלע רוסיש-ייִדישע אָרגאַניזאַציע — די געזעלשאַפֿט צו פֿאַרברייטערן בילדונג אין רוסלאַנד, אָדער „חבֿרת מפֿיצי השׂכּלה‟.
בימי אַלעקסאַנדער דעם צווייטן האָבן די פּראָגרעסיווע ייִדן געגלייבט באמונה-שלמה, אַז די רעגירונג האָט געוואָלט אינטעגרירן די ייִדן. האָט מען באַשלאָסן זיך צוגרייטן צו אָט דער ליכטיקער שעה דורך אויסשולן וואָס מער ייִדן אין וועלטלעכע לימודים. וועגן ייִדיש, דעם “זשאַרגאָן”, האָט דעמאָלט דער עליטאַרער עולם אַפֿילו ניט געטראַכט. רוסיש און העברעיִש זײַנען געווען די שפּראַכן פֿון דער געזעלשאַפֿט צו פֿאַרברייטערן די בילדונג; און די פּראָגראַם אירע איז געווען געצילט, אין תּוך אַרײַן, אויף רוסיפֿיצירן דאָס רוסישע ייִדנטום. אין די ערשטע יאָרן, איז דער גרויסער חלק סובסידיעס פֿון דער געזעלשאַפֿט אַוועק אויף צו העלפֿן די ייִדישע סטודענטן, וואָס האָבן זיך געלערנט אין די אוניווערסיטעטן. וועגן ברענגען בילדונג צו די מאַסן איז קיין רייד כּמעט ניט געגאַנגען.
דער מצבֿ האָט זיך געביטן אין די 1880ער יאָרן, ווען אין דער געזעלשאַפֿט האָבן זיך באַוויזן ייִנגערע אַקטיוויסטן. אַ דאַנק זיי, האָט זי זיך אָפּגעזאָגט פֿון העלפֿן, דער עיקר, יחידים און אָנגעהויבן צו שאַפֿן אינסטיטוציעס, וועלכע זײַנען געווען אימשטאַנד צו פֿאַרשפּרייטן די בילדונג צווישן אַ ברייטערן עולם. אַלץ מער געלט האָט מען אויסגעטיילט פֿאַר ייִדישע שולן און ביבליאָטעקן. מע האָט אויך ספּאָנסירט וויסנשאַפֿטלעכע אונטערנעמונגען. דער גאַנצער געדאַנק פֿון אינטעגראַציע האָט אויך אָפּגעטראָטן דאָס אָרט פֿאַר אַן אַנדער סטראַטעגיע – צו בויען ייִדישע אויטאָנאָמיע. אַ מענטשלעכער פּראָדוקט פֿון אַזאַ צוגאַנג צום אָרט פֿון ייִדן אין רוסלאַנד האָט געדאַרפֿט בלײַבן אַ ייִד, אָבער פֿילן זיך באַקוועם, וווינענדיק אין די רוסישע שטעט.
אין דער אַטמאָספֿער פֿון דער ערשטער רוסישער רעוואָלוציע, אין יאָר 1905, איז די געזעלשאַפֿט צו פֿאַרברייטערן בילדונג געוואָרן מער פּאָליטיזירט, ווי זי איז געווען פֿריִער. אין יענער צײַט איז זי — נאָך לאַנגע און הייסע וויכּוחים — געוואָרן אַ סך בעסער געשטימט צו ייִדיש. אין מאַרץ 1906 האָט די פֿאַרוואַלטונג באַשלאָסן, אַז ייִדיש מוז אָנערקענט ווערן צוזאַמען מיט העברעיִש און רוסיש.
די געזעלשאַפֿט האָט פֿאַרנומען אַ צענטראַל אָרט אין רוסיש-ייִדישן לעבן אויך אין די ווײַטערדיקע יאָרן. איר האָט זיך אײַנגעגעבן איבערצולעבן ביידע רעוואָלוציעס אין 1917 און די ערשטע טוץ יאָר פֿון דער סאָוועטישער מלוכה. פֿאַרמאַכט איז זי געוואָרן אין יאָר 1930, ווען אין לאַנד האָט שוין געהערשט סטאַליניזם און קיין שום שפּאַרונקעלע איז ניט פֿאַרבליבן פֿאַר אַזעלכע “רעשטלעך” פֿון אַלטע געזעלשאַפֿטלעכע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.