באָסטאָן. — אלי נאָרדען, אַ 5־יאָריק ייִנגעלע, קען זיך נישט דערוואַרטן ביזן האַרבסט, ווען ער וועט אָנהייבן זיך לערנען אין דער „רש״י־שול‟, אַ רעפֿאָרם ייִדישע טאָגשול אין דער באָסטאָנער פֿאָרשטאָט, דעדהאַם. יעדן אויפֿדערנאַכט שלאָפֿט ער, טראָגנדיק זײַן „רש״י‟־זומער־לײַבל.
„רש״י‟ איז איינע פֿון די זעלטענע שטערנס הײַנט צווישן די ליבעראַלע ייִדישע טאָגשולן. צוליב איר וואַקסנדיקער צאָל תּלמידים (314, אין פֿאַרגלײַך מיט בלויז 284 קינדער מיט זעקס יאָר צוריק), וועט זי אין סעפּטעמבער צוגעבן אַ דריטן קינדערגאָרטן־קלאַס.
בדרך־כּלל, איז דער מצבֿ פֿון די ליבעראַלע טאָגשולן אָבער נישט אַזוי פֿויגלדיק. לויט אַ צענזוס פֿון די אַמעריקאַנער טאָגשול־תּלמידים, דורכגעפֿירט פֿון דער „אַבֿי־חי פֿונדאַציע‟ אינעם שול־יאָר 2008־2009, האָבן די נישט־אָרטאָדאָקסישע שולן פֿאַרלוירן 2.5% פֿון אירע תּלמידים במשך פֿון פֿינף יאָר. אין פֿאַרגלײַך, איז די צאָל תּלמידים פֿון אַלע ייִדישע טאָגשולן געשטיגן מיט 11% (ביז 228,000 תּלמידים) — אַ פּועל־יוצא, צום טייל, פֿון דער וואַקסנדיקער אָרטאָדאָקסישער באַפֿעלקערונג.
געוויסע שולנעצן האָבן געליטן שטאַרקער ווי אַנדערע. צווישן 2003 און 2008 האָבן די „סאָלאָמאָן שעכטער‟־שולן פֿון דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג פֿאַרלוירן גאַנצע 25% פֿון זייערע תּלמידים, און געמוזט דערפֿאַר שליסן 7 פֿון אירע 50 טאָגשולן. אין 1998 זענען געווען 63 שעכטער־שולן, גיט איבער „אַבֿי־חי‟.
אין דער רעפֿאָרם־באַוועגונג איז דער מצבֿ אָבער נישט קיין סך בעסער. בערך 4,000 קינדער לערנען זיך הײַנט אין די 13 רעפֿאָרם־טאָגשולן. אין 2008־2009 זענען געווען 17 טאָגשולן, און געלערנט האָבן זיך דאָרט 4,569 תּלמידים.
אַ טייל פֿון דער פּראָבלעם איז די עקאָנאָמיע. דער שׂכר־לימוד פֿאַר אַ ייִדישער טאָגשול קאָן זײַן מער ווי $30,000 אַ יאָר. „ס׳איז געווען אַ צײַט, ווען די פּראָפֿעסיאָנעלע פּאָרפֿעלקער האָבן געקאָנט אויספֿירן צו באַצאָלן אַזאַ פּרײַז, אָבער ס׳איז מער נישט אַזוי,‟ האָט דערקלערט דזשאָן לעוויסאָן, דער געהילף אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם „מאַנדעל־צענטער פֿאַר שטודיעס אין ייִדישער דערציִונג‟ אין בראַנדײַס־אוניווערסיטעט.
איימי קאַץ, עקזעקוטיוו־דירעקטאָרין פֿונעם באָסטאָנער „שותּפֿות פֿאַר אויסגעצייכנטקייט אין ייִדישער דערציִונג‟, זאָגט, אַז די הײַנטיקע טאָגשולן מוזן קאָנקורירן מיט די טשאַרטער־שולן, וואָס קאָסטן בכלל נישט קיין געלט. „אין פֿאַרגלײַך מיט דער אָרטאָדאָקסישער וועלט, וווּ אַ טאָגשול־דערציִונג איז אַ מוז, דאַרפֿן די ליבעראַלע שולן איבערצײַגן זייערע משפּחות, אַז אַ ייִדישע טאָגשול איז ווערט איר הויכן פּרײַז,‟ האָט קאַץ באַטאָנט.
געאָגראַפֿיע שפּילט אויך אַ ראָלע. אין לאַס־וועגאַס, וווּ עס איז לעצטנס ממשותדיק געוואַקסן די ייִדישע באַפֿעלקערונג, וועט די „סאָלאָמאָן שעכטער שול‟, וואָס נעמט אַרײַן קינדערגאָרטן ביזן פֿיפֿטן קלאַס, לערנען הײַיאָר 84 תּלמידים — אַ העכערונג פֿון 23% במשך פֿון 1 יאָר, זאָגט בעט מילער, די דירעקטאָרין פֿון דער שול. אַ צווייטע שול אין לאַס־וועגאַס — דער „איידלסאָן דערציִונג־קאַמפּוס‟, אַן אומאָפּהענגיקע שול וואָס דינט די קינדער צווישן 18 חדשים אַלט און 18 יאָר — האָט צוגעצויגן מער ווי 300 נײַע תּלמידים במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פֿינף יאָר.
אָבער אין באָלטימאָר, וווּ מע האָט געהאָפֿט. צונויפֿצוגיסן צוויי טאָגשולן, האָט מען לעצטנס באַשלאָסן, אַז ס‘איז פּשוט נישט כּדאי. ווי אַ רעזולטאַט, וועלן ביידע שולן זיך שליסן. דזשערי חיזוק, דער דירעקטאָר פֿון איינער פֿון די שולן, האָט געזאָגט, אַז בלויז אַ העלפֿט פֿון די 50 תּלמידים פֿון דער שול האָבן זיך פֿאַרשריבן אין אַנדערע אָרטיקע ייִדישע שולן.
„יעדעס מאָל וואָס עס פֿאַרמאַכט זיך אַ טאָגשול, פֿאַרלירן מיר נאָך פּאָטענציעלע פֿירער פֿון דער ייִדישער קהילה,‟ האָט חיזוק באַמערקט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.