במשך פֿון די וואַקסנדיקע אומרוען אין עגיפּטן, באַמיט זיך דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ צו פּועלן בײַם עגיפּטישן פּרעזידענט, מאָכאַמעד מורסי, און דעם עגיפּטישן מיליטער צו קומען צו אַ פּשרה; און גלײַכצײַטיק נישט אַנטאַגאָניזירן די מיליאָנען עגיפּטער, וואָס דעמאָנסטרירן אין די גאַסן. ס׳איז אָבער קלאָר, אַז אָבאַמאַס השפּעה איז דאָרט שטאַרק באַגרענעצט.
די ערשטע פּראָבלעם פֿאַר אָבאַמאַן איז, וואָס מורסי, כאָטש ער איז טאַקע אומפּאָפּולער, איז פֿאָרט אַ דעמאָקראַיש־דערוויילטער פּרעזידענט. צווייטנס, האָט אָבאַמאַ קיין מאָל נישט אָנגעקניפּט קיין נאָענטע באַציִונגען מיט אים, און איז טאַקע קריטיקירט געוואָרן פֿאַר זײַן פּאַסיווקייט, בשעת עגיפּטן פּרוּווט אויסצופֿורעמען אַ דעמאָקראַטישע מדינה.
די אומסימפּאַטיע פֿונעם „ווײַסן הויז‟ צו מורסין שטאַמט פֿון דעם, וואָס דער עגיפּטישער פּרעזידענט איז אַ פֿירער פֿון דער איסלאַמיסטישער „מוסולמענישער ברודערשאַפֿט‟, און וואָס ער האָט ביז איצט נישט באַוויזן צו שאַפֿן אַ פֿיל־פּאַרטיייִשע, עפֿעקטיווע רעגירונג. פֿאַראַיאָרן האָט דאָס „ווײַסע הויז‟ אַנולירט מורסיס וויזיט, נאָך דעם ווי ס׳האָט זיך באַוויזן אַ ווידעאָ פֿון יאָר 2010, וווּ מורסי באַצייכנט די ישׂראלים ווי „די אור־אייניקלעך פֿון מאַלפּעס און חזירים‟.
איצט, אַז עגיפּטן ווערט באַדראָט פֿון אַ מעגלעכער איבערקערעניש, דאַרף וואַשינגטאָן אויסרעכענען ווי איבערצוצײַגן דעם עגיפּטישן מיליטער עס נישט צו טאָן. אַ פּוטש קעגן מורסיס רעגירונג וואָלט ערנסט אונטערגעגראָבן אָבאַמאַס קאַמפּאַניע צו פֿאַרשפּרייטן דעמאָקראַטיע אינעם מיטעלן מיזרח, און וואָלט אויך מסתּמא גורם געווען אַ שניט פֿון דער אַמעריקאַנער מיליטערישער שטיצע צו עגיפּטן.
מישעל דאָן, אַ געוועזענע הויכע באַאַמטע פֿונעם אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט, זאָגט, אַז דער אַנטאַגאָניזם צו אַמעריקע מצד דער עגיפּטישער באַפֿעלקערונג איז, צום טייל, צוליב דער נישט־עפֿעקטיווער שטעלונג פֿונעם „ווײַסן הויז‟. „מיר האָבן געקאָנט טאָן אַ סך מער צו מוטיקן זייער איבערגאַנג צו דעמאָקראַטיע, אַנשטאָט צו שטיין אויף דער זײַט מיט פֿאַרלייגטע הענט,‟ האָט זי געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.