בערלין. — אַ דײַטשיש געריכט האָט אָפּגעוואָרפֿן די בקשה פֿון דער „בילד-צײַטונג‟, וועלכע האָט געבעטן צו אַנטפּלעקן די דאָקומענטן, וועלכע האָבן צו טאָן מיטן נאַצי-פֿאַרברעכער אַדאָלף אײַכמאַן, און באַשלאָסן, אַז זיי וועלן בלײַבן אַ סוד.
אינעם יאָר 2011, האָט די „בילד-צײַטונג‟ געפּרוּווט צו באַקומען דאָס רעכט צו זען די דאָקומענטן דורך אַ מישפּט-פּראָצעס. דעם 28סטן יוני האָט דער פֿעדעראַלער אַדמיניסטראַטיווער אָפּטייל בײַם דײַטשישן העכסטן געריכט באַשלאָסן, אַז די אַגענטור פֿונעם אויסערן-אויסשפּיר מעג ווײַטער אויסבאַהאַלטן געוויסע שורות אין די דאָקומענטן.
די דײַטשישע רעגירונג האָט צעשטערט טויזנטער דאָקומענטן, וועלכע האָבן אַ שײַכות צו אײַכמאַנס ענין. די קנאַפּע צאָל פּאַפּירן, וועלכע זענען געבליבן אָפּגעהיט. ווײַזן אָן, אַז די מלוכישע אינסטאַנצן האָבן געוווּסט, לכל-הפּחות במשך פֿון אַכט יאָר פֿאַר אײַכמאַנס אַרעסט, וווּ ער באַהאַלט זיך אויס. אינעם יאָר 1960 האָבן די ישׂראלדיקע אַגענטן אַרעסטירט אײַכמאַנען אין אַרגענטינע.
ס׳זעט אויס, אַז די דײַטשישע רעגירונג האָט זיך נישט געטיילט מיט דער דאָזיקער אינפֿאָרמאַציע מיטן אַמעריקאַנער אויסשפּיר-דינסט, „סי-אײַ-איי‟ און מיטן ישׂראלדיקן „מוסד‟ ביזן יאָר 1958. אינעם יאָר 1962 איז אײַכמאַן פֿאַרמישפּט און באַשטראָפֿט געוואָרן צום טויט אין ישׂראל.
די זשורנאַליסטן, וועלכע באַקומען אַ צוטריט צו אַ טייל פֿון די געהיימע דאָקומענטן מיט עטלעכע יאָר צוריק, האָבן איבערגעגעבן, אַז די דײַטשישע אינפֿאָרמאַציע-אַגענטור האָט אויסגעפֿונען אינעם יאָר 1952, אַז אײַכמאַנס באַהאַלט זיך אויס אין אַרגענטינע אונטער אַ פֿאַלשן נאָמען. אַ טייל פֿון דער אינפֿאָרמאַציע איז געקומען פֿון אַ מענטש, וועלכער האָט רעדאַגירט אַ דײַטשיש-שפּראַכיקע אַרגענטינער צײַטונג.
אפֿרים זוראָף, דער הויפּט-אויסזוכער פֿון די געוועזענע נאַציס בײַם „שמעון וויזענטאַלס צענטער‟, האָט דערציילט דער ייִט״אַ אין אַ טעלעפֿאָן-שמועס, אַז די דײַטשישע רעגירונג האָט נישט געוואָלט פֿאַרמישפּטן געוויסע נאַצי-פֿאַרברעכערס נאָך דער מלחמה, צוליב פּאָליטישע סיבות. זוראָף האָט געטענהט, אַז דאָס געריכט האָט געמאַכט אַ „סקאַנדאַליעזן באַשלוס‟ צו האַלטן די אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם דאָזיקן ענין ווײַטער בסוד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.