דער ייִדישער לינגוויסט און דיאַלעקטאָלאָג מיכל הערצאָג איז געשטאָרבן זונטיק, דעם 28סטן יוני. ער איז געווען דער לאַנג־יאָריקער דירעקטאָר און רעדאַקטאָר פֿונעם ייִדישן „שפּראַך־ און קולטור־אַטלאַס‟ בײַם קאָלומביע־אוניווערסיטעט. דער דאָזיקער פּראָיעקט האָט אוריאל ווײַנרײַך געשאַפֿן און לאַנצירט, מיטן ציל צו פֿאָרשן פּרטימדיק און געאָגראַפֿיש די דיאַלעקטן פֿון ייִדיש אין מערבֿ־ און מיזרח־אייראָפּע. הונדערטער אינפֿאָרמאַנטן האָט מען אויסגעפֿרעגט מיט אַ לאַנגן פֿרעגבויגן וועגן ווערטער, אויסדרוקן און לעבנס־שטייגער. די רעקאָרדירונגען — אַן ערך 6000 שעה — שטעלן מיט זיך פֿאָר איינע פֿון די גרעסטע זאַמלונגען פֿון דער גערעדטער שפּראַך אין דער וועלט.
מיכל הערצאָג איז געבוירן געוואָרן אין טאָראָנטאָ אין 1927, און געקומען קיין ניו־יאָרק צו שטודירן ליגוויסטיק בײַם קאָלומביע־אוניווערסיטעט. זײַן מאַגיסטער־אַרבעט האָט אַנאַליזירט די שפּראַך פֿונעם „ספֿר רפֿואות‟ (1790) פֿון משה מאַרקוזע, און זײַן דיסערטאַציע, וואָס איז שפּעטער אַרויס ווי אַ בוך, האָט באַטראַכט די ייִדישע שפּראַך אין צפֿון־פּוילן [The Yiddish Language in Northern Poland], וואָס ער האָט אָנגעשריבן אויפֿן סמך פֿון די מאַטעריאַלן פֿונעם „אַטלאַס־פּראָיעקט‟.
ווען אוריאל ווײַנרײַך איז פֿריצײַטיק געשטאָרבן אין 1967, האָט הערצאָג איבערגענומען זײַן קאַטעדרע און געוואָרן דער דירעקטאָר פֿונעם „אַטלאַס־פּראָיעקט‟. אונטער זײַן רעדאַקציע זענען דערשינען ביז הײַנט דרײַ בענד מיט „אַטלאַס‟־מאַטעריאַלן.
במשך פֿון די 1970ער און 1980ער יאָרן, ווען הערצאָג האָט געלערנט אין קאָלומביע, איז דער אוניווערסיטעט געווען די וויכטיקסטע לערן־אינסטיטוציע אין אַמעריקע פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך. הערצאָגס גראַדויִר־סטודענט, הערשל גלעזער, הײַנט דער דעקאַן פֿונעם „מאַקס ווײַנרײַך צענטער‟ בײַם ייִוואָ, דערציילט, אַז הערצאָג האָט מיט זאָרג געוואָלט פֿאַרזיכערן, אַז יעדער סטודענט אונטער זײַן השגחה זאָל אָנשרײַבן אַ דיסערטאַציע אויף אַ הויכער מדרגה. אין דער זעלבער צײַט, האָט ער פֿאַרזאָרגט די סטודענטן מיט סטיפּענדיעס, געשאַפֿן געלט פֿאַר זיי, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז זיי זאָלן קענען ווײַטער שטודירן.
אַ קורצע צײַט איז הערצאָג אויך געווען דער רעדאַקטאָר פֿונעם „גרויסן ווערטערבוך‟, אָבער זײַן לעבנס־ווערק איז געווען דער „אַטלאַס‟. ווען דער אוניווערסיטעט האָט געשלאָסן דעם לינגוויסטיק־אָפּטייל אין 1991, האָט ער ווײַטער געאַרבעט כּעמט 20 יאָר אויפֿן פּראָיעקט. די וועבזײַט פֿונעם „אַטלאַס‟ איז: //www.eydes.de
מע קען דאָרטן הערן הונדערטער אינטערוויוען מיט ייִדיש־רעדערס פֿון מיזרח־אייראָפּע אויף זייער דיאַלעקט — אַן אוצר.
כּבֿוד זײַן אָנדענק!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.