ס׳רובֿ סטודענטן, וואָס פֿאָרן אויף די 10־טאָגיקע טורן פֿון ישׂראל, קומען צו קריכן אויף מצדה, זיך טוקן אונטער וואַסער און צו באַזוכן די באַוווּסטע טוריסטישע ערטער. אייוואַ סקאָלניק האָט אָבער בעת איר וויזיט געזייט גערטנער און געבויט מיט די אייגענע הענט אַ ליימענעם אויוון פֿאַר אַן אָרעם שטעטל אין דרום־ישׂראל.
סקאָלניק, אַ סטודענטקע אין דרעקסעל־אוניווערסיטעט, אין איינעם מיט 15 אַנדערע סטודענטן פֿון פֿילאַדעלפֿיע, האָבן אָנטיילגענומען אין Philly Hillel in Netivot 2013 (דער פֿילאַדעלפֿיער „הילל‟ אין נתּיבֿות 2013) — אַ רײַזע, וואָס האָט דערמעגלעכט די יונגע אַמעריקאַנער ייִדן זיך צו באַקענען מיט די אײַנוווינער פֿונעם שטעטל נתּיבֿות, אַרבעטנדיק מיט זיי אויף אָרטיקע פּראָיעקטן צו פֿאַרשענערן דאָס לעבן דאָרט.
נתּיבֿות און די פֿילאַדעלפֿיער ייִדישע קהילה האָבן אַ ספּעציעלע באַציִונג, ווי „צווילינג־שטעט‟.
די עקסקורסיע איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך „יהל‟ (Yahel Israel Service Learning), בשותּפֿות מיטן „הילל פֿון פֿילאַדעלפֿיע און אומגעגנט‟. די פֿאָנדן פֿאַר דעם זענען געקומען פֿון דער „ייִדישער פֿעדעראַציע פֿונעם פֿילאַדעלפֿיער ראַיאָן‟ און דער אָרגאַניזאַציע, Repair the World (תּיקון־עולם).
במשך פֿון די ערשטע עטלעכע טעג, האָבן די סטודענטן פֿאַרזייט אַ גאָרטן לעבן דעם בנין פֿון „פּותּחים עתּיד‟, אַ קלוב פֿאַר 8־10־יאָריקע פּראָבלעמאַטישע קינדער, ווי אויך אויפֿגעשטעלט אַ ליימענעם אויוון, וווּ מע קען באַקן געבעקסן אין אַ קאָך־קלאַס. הגם די אָרטיקע קינדער האָבן נישט געקענט קיין ענגליש, און ווייניק פֿון די אַמעריקאַנער האָבן געקענט העברעיִש, האָבן די קינדער אַרויסגעוויזן אַן אינטערעס צו העלפֿן זיי. „מיר האָבן געזונגען אַ סך צוזאַמען,‟ האָט סקאָלניק געזאָגט. „כ׳האָב נישט געגלייבט אָבער, זיי האָבן געקענט אַלע ווערטער צו קאַרלי ריי דזשעפּסענס ליד Call Me Maybe!‟
אין די לעצטע טעג פֿון דער פּראָגראַם, האָבן די פֿילאַדעלפֿיער וואָלונטירן געהאָלפֿן אַ גרופּע עטיאָפּישע יונגע לײַט פֿאַרזייען זייער אייגענעם גאָרטן, לעבן „קלוב 51‟ — אַן אַקטיוויטעטן־צענטער פֿאַר עטיאָפּישע און „מיזרחישע‟ יונגע לײַט.
„ס׳איז געווען שווער ווײַל מיר האָבן געאַרבעט אויף אַן אויסגעטריקנטן באָדן,‟ האָט סקאָלניק געזאָגט. „פֿון דעסטוועגן, האָבן מיר געגראַבליעוועט די ערד און צונויפֿגעשטעלט אַ טראָפּן־באַוואַסערונג־סיסטעם. נאָך וויכטיקער איז געווען איבערצוצײַגן די עטיאָפּישע ׳טיניידזשערס׳, זיי זאָלן דערנאָך אַליין אויפֿפּאַסן אויפֿן גאָרטן, נאָך דעם ווי מיר פֿאָרן אַהיים.‟
עס האָבן אויך צוגעהאָלפֿן אַנדערע וואָלונטירן. אַ טייל זענען געווען סאָלדאַטן, וואָס פֿירן אויס זייער נאַציאָנאַלן דינסט, און אַנדערע — יונגע געבילדעטע אַקטיוויסטן און משפּחות, וועלכע האָבן זיך באַזעצט אין נתּיבֿות, כּדי צו העלפֿן די אָרטיקע יונגע אײַנוווינער צו אַנטוויקלען און פֿאַרבעסערן זייער שטאָט.
„אין אַלע אונדזערע פּראָיעקטן באַמיִען מיר זיך מיטצואַרבעטן מיט אַזוי פֿיל אָרטיקע אָרגאַניזאַציעס ווי מעגלעך,‟ האָט דערקלערט כעלי (רחל) אָלשטיין קאַפּלאַן, די געהילף־דירעקטאָרין פֿון „יהל‟. „אַנשטאָט דעם, אַז מיר, אַמעריקאַנער, זאָלן קומען און זיי זאָגן וואָס מע דאַרף טאָן, פֿרעגן מיר די ישׂראלים, ווי אַזוי מיר קענען זיי העלפֿן, און דערנאָך טאָן וואָס מיר קענען.‟
דער הויפּטציל פֿון „יהל‟, לויט איר וועבזײַט, איז „צו פֿאַרשטאַרקן די פֿאַרבינדונג צווישן די ישׂראלים און אויסלענדישע ייִדן דורך אַ בשותּפֿותדיקער אַרבעט, לטובֿת אַ מער יושרדיקער וועלט‟.
מיט אַנדערע ווערטער, דאָס ברענגען די אַמעריקאַנער סטודענטן קיין נתּיבֿות איז נישט בלויז געווען אַן ענין פֿון זייען גערטנער און בויען ליימענע אויוונס, אָבער נאָך וויכטיקער — אָנקניפּן באַציִונגען, האָט דערקלערט קלילה מילער, די מדריכה פֿון די פֿילאַדעלפֿיער וואָלונטירן.
„אין אַ געוויסן זינען, איז נתּיבֿות אָפּגעזונדערט פֿון די צענטראַלע שטעט אין ישׂראל. די אָרטיקע אײַנוווינער האָבן כּסדר איבערגעחזרט, ווי זייערע קינדער פֿאַרלאָזן די שטאָט און ציִען זיך אַריבער קיין ירושלים און תּל־אָבֿיבֿ, ווײַל דאָרט זענען נישטאָ גענוג קולטורעלע אָדער אַרבעט־געלעגנהייטן. די אײַנוווינער פֿון נתּיבֿות פֿילן זיך ווי פֿאַרגעסענע פֿון דער וועלט און פֿונעם ׳צענטער׳ פֿון ישׂראל.
„זיי זענען געווען געפּלעפֿט, וואָס אַ גרופּע אַמעריקאַנער סטודענטן זענען געקומען פֿאַרברענגען אַ גאַנצע וואָך בײַ זיי, אינווערסטירט צײַט און כּוח, כּדי צו העלפֿן דער שטאָט צו בליִען,‟ האָט מילער צוגעגעבן.
הגם דער ציל פֿון דער פּראָגראַם איז געווען צו מוטיקן די קינדער, די צענערלינגען און זייערע משפּחות צו באַטראַכטן די נײַע גערטנער ווי זייערע אייגענע, האָבן אַ סך לכתּחילה זיך געשעמט אָנטיילצונעמען. „עטלעכע טעג זענען פֿאַרבײַ, וואָס מיר האָבן געפּרוּווט אַרײַנציִען די מער צוריקגעהאַלטענע אײַנוווינער,‟ האָט מילער דערציילט. „צו־ביסלעך, זענען צוגעקומען אַלץ מער שכנים, צו זען ווי מיר אַרבעטן. דערנאָך האָבן זיי אָנגעהויבן ברענגען עסן פֿאַר אונדז. צום סוף, האָבן זיי שוין געגראָבן די ערד, אויסגעקליבן געוויקסן, און געשאַרט דעם באָדן.‟
בײַם סוף פֿון דער וואָך האָבן די אַמעריקאַנער און די אָרטיקע אײַנוווינער געגעסן אין שאָטן צוזאַמען און זיך געטיילט מיט שטיקלעך אַרבוז, און אויך געשפּילט ביליאַרדן אויף אַ צונויפֿגעשטיקעוועטן ביליאַרדן־טיש. „מיר האָבן זיך אויך אויסגעלערנט ווי צו פֿרעגן, אויף אונדזער צעבראָכענעם העברעיִש, וווּ ס׳זענען די וואַשצימערן,‟ האָט מילער געזאָגט.
אָבער די שטאַרקסטע פֿאַרבינדונגען האָבן די סטודענטן געמאַכט מיט די משפּחות, בײַ וועלכע זיי זענען אײַנגעשטאַנען. אַ גאַנצע וואָך, און שבת אויך, האָבן די סטודענטן געוווינט בײַ דער זעלבער משפּחה.
„אין אָנהייב האָב איך זיך אַ ביסל געזאָרגט וועגן דעם,‟ האָט סקאָלניק געזאָגט. „פֿאַראַיאָרן בין איך געקומען קיין ישׂראל דורך ׳געבורטרעכט׳ און פֿאַרבליבן אַ חודש לאַנג, אָבער דאָס איז געווען אין אַ האָטעל, באַזוכנדיק טוריסטן־ערטער. כ׳האָב נישט געוווּסט ווי ס׳וועט זײַן אײַנצושטיין אַ גאַנצע וואָך בײַ איין משפּחה.‟
צום סוף, איז די איבערלעבונג געווען זייער אַן אינטערעסאַנטע. „מע לערנט זיך אויס אַ סך מער, ווען מע פֿאַרברענגט צען טעג מיט איין קהילה, און מע עסט צוזאַמען מיט איין משפּחה. און אַפֿילו אויב איך רעד נישט אַזוי גוט העברעיִש, האָב איך געקענט זיך שפּילן מיט די קינדער, ווײַל זייער העברעיִש איז געווען גענוג גרינג, איך זאָל זיי פֿאַרשטיין.‟
די וואָך איז אויך געווען זייער באַלערנדיק, אין אַ גאָר אַנדערן זינען. „כ׳האָב קיין מאָל זיך נישט פֿאָרגעשטעלט, אַז איך וועל זיך אַזוי פֿיל אויסלערנען וועגן טראָפּן־באַוואַסערונג־סיסטעמען!‟ האָט זי געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.