נײַע ביכער פֿון דער ייִדיש־וועלט

New Books From the Yiddish World

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published July 07, 2013, issue of August 02, 2013.

לידער פֿון חוה ראָזענפֿאַרב — Exile at Last

חוה ראָזענפֿאַרב (1923 — 2011) איז באַקאַנט ווי איינע פֿון די בעסטע נאָך־מלחמהדיקע פּראָזע־שרײַבערס אויף ייִדיש, אָבער זי האָט אויך מחבר געווען דרײַ ביכער פּאָעזיע. איר טאָכטער, גאָלדע מאָרגענטאַלער האָט צונויפֿגענומען און רעדאַקטירט אַ זאַמלונג איבערזעצונגען פֿון אַ טייל לידער, וואָס ראָזענפֿעלד האָט אַליין איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אויף ענגליש.

„די באַלאַדע פֿון נעכטיקן וואַלד‟ (1947) איז געווען איר ערשט בוך, און אויפֿן סמך פֿון דעם ווערק האָט דער מאָנטרעאַלער פֿאַרלעגער הערי הערשמאַן זי פֿאַרבעטן מיט איר מאַמען, שוועסטער און מאַן, קיין קאַנאַדע, וווּ זיי האָבן זיך באַזעצט. ס‘רובֿ לידער אין דער נײַער זאַמלונג שטאַמען פֿון איר לעצט ביכל פּאָעזיע „אַרויס פֿון גן־עדן‟ (1965). אַנדערע לידער, איבערגעזעצט, זענען געדרוקט געוואָרן אין ענגליש־שפּראַכיקע זשורנאַלן אין קאַנאַדע, אויסטראַליע און די פֿאַראייניקטע שטאַט. עטלעכע לידער האָט זי געשריבן גלײַך אויף ענגליש. אין דער נײַער זאַמלונג איז אַרײַן אויך ראָזענפֿאַרבס אַרײַנפֿיר, וואָס זי האָט אָנגעשריבן אין 1971.

ראָזענפֿאַרב האָט געהאַט אָנגעשריבן דעם אַרײַנפֿיר צו אַ זאַמלונג איבערגעזעצטע לידער אין 1971, וואָס איז קיין מאָל נישט דערשינען, אָבער ווערט דאָ געדרוקט. די אַרײַנפֿיר־ווערטער זענען טיף פּערזענלעכע, אין וועלכן די דיכטערין דערציילט וועגן איר עלנטקייט אין דער נײַער קאַנאַדער קולטור, וועגן איר לעבן בעתן חורבן, און איר שרײַבערישער נסיעה נאָך דער באַפֿרײַונג.

די לידער זענען, צום באַדויערן, נאָר איבערגעגעבן אין דער איבערזעצונג, און אַוודאי וואָלט געווען בעסער אַ צוויי־שפּראַכיקע אויסגאַבע. די ערשטע זעקס לידער זענען אָנגעשריבן אין געטאָ, אָנהייבנדיק פֿון 1940, געבן איבער מיט שטאַרקע אימאַזשן און עמאָציעס אירע איבערלעבונגען און געפֿילן. ווען זי פּרוּווט זיך האַלטן בײַ אַ געוויסן גראַם און מישקל אויף ענגליש, ווי אינעם ליד „Isaac‘s Dream‟, קלינגט דאָס שוין מער אומנאַטירלעך. אָבער אַפֿילו אין אַזוינע פֿאַלן פֿאַרמאָגט דער דיכטערינס קול אַזאַ נבֿיאישן גײַסט, ווי בײַ חיים גראַדע, אַז דער לייענער ווערט אַוועקגעריסן מיטן ליד. די זאַמלונג נעמט אויך אַרײַן פֿײַנע שפּילעוודיקע לידער וועגן משפּחה, פֿרײַנד, און אַפֿילו צוויי לידער וועגן שטאַרבנדיקע גאָלדפֿיש.

Exile at last: Selected Poems האָט אַרויסגעגען דער פֿאַרלאַג Guernica Editions.


נח פּרילוצקי און די פֿאָלקיסטן אין פּוילן

פּראָפֿ׳ קלמן ווײַזער פֿון „יאָרק־אוניווערסיטעט‟ אין טאָראָנטאָ האָט זיך אונטערגענומען צו אָנשרײַבן אַ בוך Jewish People Yiddish Nation: Noah Prylucki and the Folkists in Poland וועגן איינער פֿון די קאָמפּליצירסטע פֿיגורן אין דער ייִדישער קולטור־באַוועגונג אין מיזרח־אייראָפּע — נח פּרילוצקי. וואָס איז פּרילוצקי דען נישט געווען? אַדוואָקאַט, פֿאָלקלאָריסט, ליטעראַטור־היסטאָריקער, לינגוויסט, טעאַטער־קריטיקער און פּאָליטיקער. אויף דעם לעצטן שטעלט ווײַזער דעם טראָפּ, אָבער ס‘וואָלט געווען אוממעגלעך די אַלע אינטערעסן פֿון פּרילוצקי אין גאַנצן צו האַלטן באַזונדער, און ווײַזער האָט, אין תּוך, געשריבן אַן אַרומנעמיקע ביאָגראַפֿיע.

די ייִדישיסטישע „פֿאָלקס־פּאַרטיי‟, ווי אַ טייל אַנדערע ייִדישע פּאַרטייען פֿון צווישן די מלחמות אין פּוילן, האָט קיין סך נישט אויפֿגעטאָן, פּראַקטיש גערעדט, לטובֿת דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, און די שולד פֿאַר דעם ליגט, צום טייל אויף פּרילוצקיס אומבייגעוודיקייט און עגאָ, אָבער, דער עיקר, אויף דער אַנטיסעמיטישער פּוילישער געזעלשאַפֿט. טעאָרעטיש גערעדט, אָבער, איז די אידעאָלאָגיע פֿון דער „פֿאָלקס־פּאַרטיי‟ טאַקע כּדאַי צו שטודירן און אַנאַליזירן, און ווײַזערס בוך איז די בעסטע שטודיע אויף דער טעמע.

דאָס אימפּאָזאַנטע ווערק Jewish People Yiddish Nation, מיר דאַכט, איז נישט פֿאַרן לייענער וואָס ווייסט ווייניק פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכער און פּאָליטישער וועלט אין פּוילן פֿאַרן חורבן — צו פֿיל פּאַרטייען, אידעאָלאָגיעס, צײַטונגען, פּערזענלעכקייטן. אַ טייל פֿון זיי זעט מען אויף דער „בינע‟ בלויז אויף אַ קורצער צײַט איידער זיי פֿאַרשוווּנדן. פֿאַרן לייענער וואָס וועט נישט ווערן פֿאַרלוירן אין די אַלע פּרטים, וועט ד״ר ווײַזערס בוך באַלײַכטן דאָס אינטערעסאַנטסטע קאַפּיטל אין דער מאָדערנער ייִדישער קולטורעלער און פּאָליטישער געשיכטע פֿון פּוילן.


נײַער נומער „ייִדישע שפּראַך‟

אַ נישט־געריכטער בענעפֿיט האָט דער עולם באַקומען בײַ דער יערלעכער „מרדכי שעכטער־אָנדענק־פּראָגראַם‟ בײַם ייִוואָ, דעם 30סטן יוני. ד״ר הערשל גלעזער, דעקאַן פֿונעם „מאַקס ווײַנרײַך־צענטער‟, האָט אין זײַן באַגריסונג, מודיע געווען, אַז אַ נײַער נומער פֿונעם ייִדישן לינגוויסטיק־זשורנאַל „ייִדישע שפּראַך‟ איז שוין אַרויס פֿון דרוק, און מע האָט אים געקענט קויפֿן בײַ דער געלעגנהייט.

דער ערשטער נומער „ייִדישע שפּראַך‟ איז אַרויס אין ניו־יאָרק אין 1941 אונטער דער רעדאַקציע פֿון יודל מאַרק. דער ייִדישער פֿילאָלאָג מרדכי שעכטער (1927 — 2007), האָט איבערגענומען די רעדאַקציע אין 1971, און „דער איצטיקער באַנד XXXlX — איז דער לעצטער פֿון שעכטערס הענט‟, שרײַבט גלעזער אין זײַן אַרײַנפֿיר. נאָך צוואַנציק יאָר, אַ דאַנק גלעזערס אַרבעט ווי דער אַמטירנדיקער רעדאַקטאָר און יצחק ניבאָרסקיס הילף, ווי דער רעדאַקציאָנעלער בעל־יועץ, זעט דער נומער איצט די ליכטיקע שײַן.

אין דעם נומער קען מען לייענען: מרדכי שעכטער ע״ה — „לעקסיש־סטיליסטישע עוואָלוציע בײַ ייִדישע פֿילאָלאָגן‟; קלמן ווײַזער — „די דעבאַטע אַרום אַרויסרעד אין דער ייִדיש־וועלטלעכער שול אין מיזרח־אייראָפּע‟; ברוכה לאַנג־קאַפּלאַן — „מיט אַ קאָמע צי אָן אַ קאָמע? די ייִדישע פּונקטואַציע אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט‟; שמעון נויבערג — „די שפּראַך פֿון שׂימחת־הנפֿש: מיזרחדיקע השפּעות‟; הערשל גלעזער — „דאָס לשון פֿון עמנואל אָלשוואַנגער‟; העראָלד פֿרישמאַן — „באַגריס־פֿאָרמלען אין דער חסידישער וועלט‟; חנן קיעל ע״ה — „אונדזער טשענסטעכעווער ייִדיש‟, וואָלף טאַמבור ע״ה — „אַמעריקאַנער אַקדומות‟ און אַנדערע.

ס‘רובֿ פֿון די באַמערקונגען בײַ די פּאָפּולערע רובריקן „געזען, געהערט און פֿאַרצייכנט‟, „לייענערס האָבן דאָס וואָרט‟ און „שאלות און תּשובֿות‟ האָט מען פֿון שעכטערס עזבֿון, אָבער הערשל גלעזער און יצחק ניבאָרסקי האָבן אויך געענטפֿערט אויף שפּראַכלעכע שאלות.

דעם נײַעם באַנד „ייִדישע שפּראַך‟ איז בראָשירט, און נעמט אַרײַן 209 זײַטן. מע קען אים קויפֿן בײַם ייִוואָ.