כאָטש זי איז 80 יאָר אַלט, זאָגט די ריכטערין רות באַדער־גינזבורג, די אָנפֿירערין פֿונעם ליבעראַלן פֿליגל בײַם העכסטן געריכט, אַז זי איז געזונט, און אַפֿילו הייבט אויף געוויכטן, נישט געקוקט אויף אירע צוויי צעבראָכענע ריפּן. זי האָט בדעה צו בלײַבן נאָך אַ סך יאָרן אויף איר פּאָזיציע. אין אַן אינטערוויו מיט „Reuters‟ דינסטיק, האָט זי צוגעזאָגט, אַז זי וועט באַקעמפֿן דעם דרוק אויף איר, זי זאָל זיך צוריקציִען, איידער די פּרעזידענטן־וואַלן קומען פֿאָר אין 2016, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז איר פּאָזיציע וועט בלײַבן אין ליבעראַלע הענט. גינזבורג, די עלטסטע ריכטערין אין אַ געריכט וואָס איז אידעאָלאָגיש צעטיילט, האָט פּרעזידענט ביל קלינטאָן באַשטימט אין 1993.
גינזבורג איז געפֿאַלן אין איר וואַשצימער אָנהייב מײַ, און דעמאָלט צעבראָכן זיך די ריפּן. זי האָט שוין איבערגעלעבט צוויי ערנסטע פֿאַלן פֿון ראַק אין 1999 און 2009; אָבער דעם זומער פֿאָרט זי אַרום אַ סך — די קומעדיקע וואָך, למשל, פֿאָרט זי קיין פּאַריז.
די ריכטערס פֿונעם העכסטן געריכט ווערן באַשטימט אויפֿן גאַנצן לעבן. איז דער פּאָליטישער באַלאַנס פֿונעם געריכט אַן ענין וואָס רירט אָן וויכטיקע סאָציאַלע ענינים, וועלכע ווערן אָפֿט באַשלאָסן מיט שטימען פֿון 5 קעגן 4, ווי מע האָט ערשט געזען אין די באַשלוסן בנוגע „פֿריילעכע חתונות‟ און שטים־רעכט. דעם טאָג פֿון זײַן צוריקציִען זיך באַשליסט יעדער ריכטער אַליין; אָבער אין דער געשיכטע איז שוין געשען נישט איין קאָנפֿליקט אַרום דעם ווען אַן אַלטער ריכטער וויל זיך צוריקציִען, און ווען אַן אומגעדולדיקער פּרעזידענט וויל, דער ריכטער זאָל פֿאַרלאָזן די פּאָזיציע. דער דרוק אויף די ריכטערס מצד דעם פֿעדעראַלן צווײַג איז זייער סובטיל, ווײַל מע וויל נישט די באַפֿעלקערונג זאָל מיינען, אַז דער פּרעזידענט מישט זיך אַרײַן אין די געשעפֿטן פֿון די ריכטערס — דער פּרינציפּ, אַז אַלע דרײַ צווײַגן פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג — עקזעקוטיוו, קאָנגרעס, און געריכט — האַלטן זיך באַזונדער, איז דאָך אַן עיקרדיקער אין לאַנד.
פֿאַר די וואַלן אין 2012, האָט דער האַרוואַרדער יוריספּרודענץ־פּראָפֿעסאָר ראַנדאַל קענעדי אָפּגעדרוקט אַן עסיי, אין וועלכן ער האָט געבעטן די ריכטערס גינזבורג און ברײַער, זיי זאָלן זיך צוריקציִען, כּדי צו פֿאַרהיטן די באַשטימונג פֿון נאָך צוויי קאָנסערוואַטיווע ריכטערס צום העכסטן געריכט, אין פֿאַל, ווען אָבאַמאַ וואָלט פֿאַרשפּילט די וואַלן. די וואָך האָט קענעדי נאָך אַ מאָל אויסגעדריקט דעם זעלבן געדאַנק, און געזאָגט Reuters, אַז גינזבורג טראָגט אַן אַחריות זיך צוריקצוציִען — „מיר דאַכט, אַז אַ ריכטער דאַרף נעמען אין באַטראַכט די פּאָליטיק אַרום אַ ריכטער־באַשטימונג, און נישט דערלאָזן, אַז דאָס געריכט זאָל אַרײַנפֿאַלן אין די הענט פֿון אַ רעפּובליקאַנער”, זאָגט קענעדי, וועלכער האָט אַמאָל געאַרבעט מיטן ריכטער טורגוד מאַרשאַל אינעם העכסטן געריכט.
גינזבורג ענטפֿערט אויף דער ליבעראַלער קריטיק — „די אמתע פֿראַגע דאַרף זײַן, צי קען איך טאָן די אַרבעט? איך האָב זיך זייער געפֿרייט דאָס יאָר, ווײַל איך האָב נישט באַמערקט קיין שום שוואַכע מאָמענטן‟. זי דערציילט, אַז דאָס אַחריות ווי די עלטסטע ליבעראַלע ריכטערין גיט איר צו כּוח, און באַטראַכט איר פּאָזיציע ווי — „די בעסטע שטעלע אין דער וועלט פֿאַר אַן אַדוואָקאַט‟. אויב גינזבורג וועט בלײַבן ביז 2016, אַן ערך 23 יאָר ווי אַ ריכטער אויפֿן העכסטן געריכט, וועט דאָס זײַן די זעלבע צאָל יאָרן, ווי דער לעגענדאַרער ליבעראַלער (און ייִדישער) ריכטער לויִס בראַנדײַס. דער ריכטער דזשאָן פּאָל סטיווענס האָט זיך צוריקגעצויגן, ווען ער איז געווען 90 אַלט יאָר, נאָך 35 יאָר זײַן אינעם געריכט. ריכטער סטיווענס, זאָגט זי, איז איר אידעאַל; אַ סימן, אַז זי וועט נישט אָפּלאָזן דאָס בענקל אַזוי גיך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.