בײַסן נישט דערלויבט

No Biting Allowed

אילנה קאַרטיש (רעכטס) און ענאַס מוסטאַפֿאַ יוסעף כורשיד אינעם מאַטש, דעם 3טן יוני, אין סאַסאַרי, איטאַליע
Facebook
אילנה קאַרטיש (רעכטס) און ענאַס מוסטאַפֿאַ יוסעף כורשיד אינעם מאַטש, דעם 3טן יוני, אין סאַסאַרי, איטאַליע

פֿון ייִט״אַ און אַנדערע נײַעס־קוואַלן

Published July 07, 2013, issue of August 02, 2013.

ירושלים. — אַן עגיפּטישע ראַנגלערין, וועלכע האָט געביסן איר ישׂראלדיקע אָפּאָנענטקע בעת אַ מאַטש, איז אויסגעשלאָסן געוואָרן פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער ראַנגעניש־קערפּערשאַפֿט.

ענאַס מוסטאַפֿאַ יוסעף כורשיד איז „תּיכּף סוספּענדירט געוואָרן‟ נאָך דער געשעעניש אויפֿן „גראַנד־פּרי‟ טורנאַמענט אין סאַסאַרי, איטאַליע, מיט אַ חודש צוריק, האָט דער פּרעזידענט פֿון דער „אינטערנאַציאָנאַלער פֿעדעראַציע פֿונעם ראַנגל־פֿאַרבאַנד‟ (FILA), נענאַד לאַלאָוויטש, איבערגעגעבן דער „איי־פּי‟.

כורשיד האָט אויך זיך אָפּגעזאָגט צו געבן די האַנט דער 22־יאָריקער ישׂראלדיקער ראַנגלערין, אילאַנאַ קאַרטיש, סײַ פֿאַרן מאַטש, סײַ נאָך דעם. דאָס נישט דריקן די האַנט פֿון אַן אָפּאָנענט גייט קעגן דעם אָנגענומענעם פּראָטאָקאָל פֿונעם ספּאָרט.

צוליב דער סאַנקציע, האָט די עגיפּטישע ראַנגלערין פֿאַרלוירן די געלעגנהייט צו קאָנקורירן אין די מיטללענדישע שפּילן, וועלכע האָבן זיך פֿאַרענדיקט זונטיק אין טערקײַ.

לאַלאָוויטש האָט באַטאָנט, אַז די לעגאַלע קאָמיסיע פֿון דער FILA וועט אין גיכן באַשליסן וואָס ס׳זאָל זײַן כורשידס לעצט־גילטיקע שטראָף.

קאַרטיש האָט איבערגעגעבן דער ישׂראלדיקער מעדיאַ, אַז די עגיפּטישע ראַנגלערין האָט זי נישט בלויז געביסן אין דער פּלייצע, אָבער אויך צעבראָכן צוויי פֿון אירע פֿינגער.

„כ׳האָב אין מײַן לעבן קיין מאָל נישט געזען אַזאַ ׳שמוציקן׳ אויפֿפֿיר אין דער ספּאָרטוועלט,‟ האָט קאַרטיש באַמערקט. „כ׳האָב ממש דערפֿילט איר שׂינאה.‟

נישט געקוקט אויף אירע וווּנדן, האָט קאַרטיש געוווּנען דעם מאַטש אין סאַסאַרי, און שפּעטער אויך דעם גאָלדענעם מעדאַל פֿונעם טורנאַמענט. ווי אַ פּועל־יוצא, פֿיגורירט זי הײַנט אויפֿן צווייטן אָרט אין דער וועלט, לויטן חשבון פֿון FILA.