מיטוואָך, 7 אַ”ז אין אָוונט האָט די עגיפּטישע אַרמיי אַנאָנסירט, אַז מוכאַמאַד מורסי איז אויס פּרעזידענט, און אַז די נײַע קאָנסטיטוציע איז ווײַטער נישט גילטיק. דער הויפּט-קאָמאַנדאַנט פֿון דער אַרמיי, גענעראַל אַבדול-פּאַטאַך סיסי, האָט פֿאָרגעלייגט אַ פּלאַן, ווי אַזוי עגיפּטן זאָל ווערן אַ דעמאָקראַטיש לאַנד. דער הויפּט-ריכטער, אַדלי מאַנסור, איז נאָמינירט געוואָרן פֿאַר אַ צײַטווײַליקן פּרעזידענט.
וואָס זשע, פֿרעגט זיך, וועט טאַקע געשען מיט דער דעמאָקראַטיע אין עגיפּטן? מען האָט דרײַ מאָדעלן פֿון ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג: עגיפּטישער וועג פֿון דעם פּרעזידענט גאַמאַל אַבדעל נאַסער, דער וועג פֿון טערקײַ און אַלזשעריע.
די דיקטאַטור וואָס האָט אינספּירירט דעם „אַראַבישן פֿרילינג‟ אין עגיPטן, איז אויפֿגעקומען אין יאָר 1952, ווען אַן אַרמיי-אָפֿיצער, גאַמאַל אַבדעל נאַסער, האָט אָנגעפֿירט מיט אַן איבערקערעניש קעגן דעם קעניג פֿאַרוק. אויך דעמאָלט האָט ער פֿאָרגעלייגט אַ פּלאַן צו שאַפֿן אַ דעמאָקראַטישן עגיפּטן און נישט נעמען די מאַכט פֿאַר זיך. אָבער שוין אין אַ יאָר אַרום האָט ער פֿאַרבאָטן אַלע פּאָליטישע פּאַרטייען, למשל, די „מאַכמעדאַנישע ברודערשאַפֿט‟ און אין 1956 האָט ער איבערגענומען די מאַכט ווי אַ פּרעזידענט אונטער דער נײַער קאָנסטיטוציע.
די נאָענטקייט צווישן נאַסער און סיסי וואַרפֿט זיך ממש אין די אויגן. אויך סיסי אַרעסטירט די „מאַכמעדאַנישע ברידער‟ און לייגט פֿאָר אַ פּלאַן צו שאַפֿן דעמאָקראַטיע. פּונקט ווי נאַסער, וואָס ער האָט בײַם אָנהייב געלאָזט אַ גענעראַל, מוכאַמאַד נאַגיב, צו פֿאַרנעמען די פּרעזידענטשאַפֿט, מיינענדיק, אַז דאָס עגיפּטישע פֿאָלק וועט נישט אָנשטיין צו האָבן פֿאַר אַ פּרעזידענט אַ פּשוטן קאָלאָנעל; האָט איצט אויך סיסי אויסגעקליבן אַ ריכטער, ווײַל דאָס עגיפּטישע פֿאָלק וואָלט זיכער זיך קעגנגעשטעלט צו האָבן ווידער אַ פּרעזידענט, וואָס קומט פֿון דעם מיליטער — נאָך נאַסער, סאַדאַט און מובאַראַק.
נישט געקוקט אויף דעם, איז דאָך צו פֿרי צו זאָגן, צי וויל טאַקע סיסי ווערן אַ דיקטאַטאָר ווי נאַסער. דעריבער איז כּדאַי צו טראַכטן וועגן אַנדערע מאָדעלן.
אַן אַנדער מאָדעל איז טערקײַ, וווּ אַן איבערקערעניש איז אַ נאָרמאַלע זאַך. אין טערקײַ איז די וויכטיקע אויפֿגאַבע פֿון דער מיליטער אָפּצוהיטן די פּרינציפּן פֿון דעם מלוכה־גרינדער — קעמאַל אַטאַטיורק. אַזוי איז געשען אין 1960, 1971, 1980, און 1997. די אַרמיי האָט אויך געטראַכט וועגן אָרגאַניזירן נאָך אַן איבערקערעניש קעגן דעם איצטיקן איסלאַמיסטישן פּרעמיער, רעדזשעפּ טייעפּ ערדאָגאַן. נאָך אין 1960 האָט מען מקיים געווען אַ פּסק אויף די פֿירערס. אין 1997 איז שוין געווען אַ דערמאָנונג און נישט ממש אַן איבערקערעניש.
די פּראָבלעם מיט אַזאַ מאָדעל איז, וואָס די פּרינציפּן פֿון קעמאַליזם זײַנען זייער קלאָר. די אַרמיי היט אָפּ דעם רעפּובליקאַניזם, נאַציאָנאַליזם, פּאָפּוליזם, סעקולאַריזם, שטאַטיזם און רעוואָלוציאָניזם. אין פֿאַרגלײַך מיט עגיפּטן, איז די איבערקערעניש דאָרט נישט באַזירט אויף פּרינציפּן, נאָר אויפֿן פֿאַקט וואָס די רעגירונג פֿון מורסי איז דעם פֿאָלק נימאס געוואָרן. אפֿשר קען מען פֿאַרטײַטשן דעם מצבֿ ווי אַ רעאַקציע קעגן איסלאַמיזם, אָבער אַ רעאַקציע גופֿא איז נישט קיין פֿילאָסאָפֿישע סיסטעם.
דער סאַמע ערגסטער מאָדעל וואָלט געווען אַ בירגער-קריג, ווי אין אַלזשעריע, וווּ אַרום 200,000 מענטשן זײַנען אומגעקומען. די מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן צוליב דעם, וואָס די רעגירונג און די אַרמיי האָבן אָפּגעלייגט די וואַלן. זײַנען די איסלאַמיסטן געוואָרן פּאָפּולער. עטלעכע אַרטיקלען אין דער פּרעסע האַלטן, אַז די עגיפּטישע איסלאַמיסטן וועלן פֿאָרט צעבינדן אַזאַ מלחמה.
עס איז שווער צו גלייבן אין אָט דער טעאָריע; ווײַל איין סיבה, פֿאַרוואָס דאָס פֿאָלק אין אַלזשעריע האָט צום סוף געשטיצט דאָס מיליטער, איז די אַכזריותדיקע באַציִונג פֿון די איסלאַמיסטן צו די ציווילע לײַט. דערווײַל האָבן די עגיפּטישע איסלאַמיסטן נישט אַרויסגעוויזן קיין נטיה צו פֿירן זיך אַזוי אַכזריותדיק. חוץ דעם, איז אַלזשעריע אַ בולטער בײַשפּיל, פֿאַרוואָס עס איז נישט כּדאַי פֿאַר דער „מאַכמעדאַנישע ברודערשאַפֿט‟ זיך אַזוי אויפֿצופֿירן.
וואָס עס זאָל נישט געשען איז איין זאַך זיכער — די אַרמיי וועט ממשיך זײַן צו שפּילן אַ וויכטיקע ראָלע אין דער עגיפּטישער פּאָליטיק. אַפֿילו אויב דאָס מיליטער וועט זיך אָפּזאָגן פֿון פּאָליטיק, איז זי דאָך אַ וויכטיקער טייל פֿון דער עקאָנאָמיע. כּמעט אַ העלפֿט מיליאָן בירגער דינען אין מיליטער. די מיליטער קאָנטראָלירט אויך ביז 40% פֿון דער עקאָנאָמיע, ווײַל נאָכן שלום-אָפּמאַך מיט ישׂראל, נישט האָבנדיק קיין אמתן שׂונא, האָט זי זיך גענומען מאַכן געשעפֿטן, אַרײַנגערעכנט קלייטן, בעקערײַען, בויען הײַזער, טוריזם און גרונט-מיסחר.
קיינער ביז הײַנט מיינט נישט, אַז עס וועט זײַן גרינג צו גרינדן אַן עגיפּטישן אופֿן פֿון דעמאָקראַטיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.