ישועת השם כּהרף־עין, די הילף פֿון גאָט קומט אין אײן אױגנבליק.
פֿון אַ תּפֿילה
אַװאַנטורע… דאָס איז זײער לעבן, זײער תּוכן, זײער חיות. חוץ פֿון אַן אַװאַנטורע, פֿאַרמאָגן זײ ניט קײן זאַך בײַ דער נשמה. ס’איז אַ ביסל איבערגעטריבן צו זאָגן „גאָרניט‟. זיכער, אַז אַן אַװאַנטוריסט מוז האָבן אַ פֿאַמיליע, קינדער, אײניקלעך, אַ שאַרף צינגל, אָנגעשפּיצטע נאַקעטע נערװן, אַ ראָמאַנטישן געװיסן און אומבאַדינגט דאַרף ער האָבן דעם שׂכל פֿון אַ „חכם־בלילה‟. מיט אײן װאָרט, אַן אַװאַנטוריסט קען ניט שפּילן שאַך, װײַל ער פֿאַרשפּילט די שפּיל נאָך אײדער ער רירט אָן די „ע־צװײ־פֿיגור‟ און שטעלט זי אױפֿן „ע־פֿיר־קעסטל‟. „ע־צװײ — ע־פֿיר‟ — איז אַלץ װאָס ס‘געדענקט זײַן „קאַלטער קאָפּ‟. װײַטער הײבט אָן שפּילן דאָס געפֿיל און אַװאַנטורע. אַן אַװאַנטוריסט שעמט זיך ניט זיך מודה זײַן, אַז ער װײסט גאָרנישט, אָבער היט זיך צו זאָגן, אַז ער פֿילט גאָרנישט. באַהיט זאָל מען װערן פֿון אַזאַ מין אַװאַנטורע מצד אַ נאָרמאַלן נאַיִװן מענטשן, — צו זאָגן דעם אַװאַנטוריסט, אַז ער פֿילט גאָרנישט. ער, דער נאַיִװער פּאַרשוין, װעט שױן פֿאַרשעלטן יענע רגע, װען דער ניט־גוטער האָט אים געצױגן בײַ דער צונג.
אַן אַװאַנטוריסט איז אַ געבױרענער אַרטיסט. און נאָך אײדער ער איז געבױרן געװאָרן, האָט ער זיך אײַנגערעדט אַ קינד אין בױך, און ער גלײבט, אַז ער איז שטענדיק טראָגעדיק, און מיט אַ צאַפּלעניש אין האַרצן װאַרט ער אױף אַ געגאַרט קינד. און תּמיד, יעדעס מאָל, פֿון יעדער נײַער אַװאַנטורע לאָזט זיך אױס אַ בױדעם, אַ לופֿטבאַלאָן. ער, דער אַװאַנטוריסט, האָט שױן חרטה, ער עסט זיך אױף דאָס האַרץ און לעבער, אָבער… איז װײַטער גרײט צו „סמיקען‟, ס’הײסט, ער איז װידער טראָגעדיק און טראָגט זיך אַרום מיט אַ נײַער אַװאַנטורע.
כ’האָב לאַנג געקלערט, פֿון װעמען האָב איך זיך אָנגעשטעקט מיטן אַװאַנטורע־װירוס, און נאָר ניט לאַנג צוריק בין איך געפֿאַלן אױפֿן געדאַנק — פֿון דער באָבע מילכּה, אַ ליכטיקן גן־עדן זאָל זי האָבן. בײַ פֿופֿצן יאָר האָט מען זי חתונה געמאַכט מיט מײַן זײדן שכנה, און אין משך פֿון צװאַנציק יאָר האָט די באָבע געהאַלטן אין אײן קינדלען. קײן גרױסע געלערנטע איז זי ניט געװען, ניט געקענט לײענען און שרײַבן, נאָר די „תּהילים‟ האָט זי געקענט אױף אױסנװײניק און געהאַלטן אין קאָפּ דעם גאַנצן ייִדישן לוח. נאָך די שרעקלעכע פּאָגראָמען אין רוסלאַנד, אין די אַכציקער יאָרן פֿון 19טן יאָרהונדערט, איז דער עלטסטער ברודער פֿון מײַן באָבע אַװעקגעפֿאָרן קײן בראַזיל, אײן שװעסטער אירע — קײן אַמעריקע, און נאָך אײן שװעסטער האָט חתונה געהאַט אין אָדעס. מיט אײן װאָרט, אַנשטאָט צו פֿאַראײניקן זיך אין אַמעריקע, איז די משפּחה געװען אַלץ מער צעטײלט און צעשפּרײט איבער דער װעלט, נאָר קײן מאָל ניט פֿאַרלױרן די האָפֿענונג, אַז אַ מאָל װעט מען זיך זען.
נאָר געשען איז טאַקע גאַנץ פֿאַרקערט, — װען מײַן באָבע איז געװען טראָגעדיק מיט מײַן מאַמען, איז דער עלטסטער פֿעטער מײַנער אַװעקגעפֿאָרן קײן אַרגענטינע און פֿון דאָרטן קײן אורוגװײַ. אַז מײַן מאַמע איז געבױרן געװאָרן, איז קײן אַרגענטינע אַװעקגעפֿאָרן דער צװײטער פֿעטער; דער דריטער פֿעטער איז אַװעק דינען אין דער רומענישער אַרמײ, און דער פֿערטער פֿעטער מיט זײַן כּלה האָבן געגנבֿעט די סאָװעטישע גרענעץ און, אַנשטאָט דעם האָניק־חודש, האָבן זײ באַקומען לאַנגע יאָרן תּפֿיסה אין דער סיבירער טײַגע. אױב דאָס איז נאָך ניט גענוג, טאָ אָט קומט דאָס יאָר 1939 מיטן ריבענטראָפּ־מאָלאָטאָװ־פּאַקט, און די סאָװעטן אָקופּירן די צפֿון־בוקאָװינע.
די זײדע־באָבע מיט די קינדער זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון טשערנאָװיץ צוריק אין דער רומענישער בעסאַראַביע. אין 1940 װערט אױך בעסאַראַביע אָקופּירט דורך די סאָװעטן און מײַן פֿעטער ברוך איז געװאָרן דער ערשטער און, עס װײַזט אױס, דער אײנציקער קרבן פֿון יענער אינװאַזיע… אַ שײנע סיטואַציע, אױף אַלע אונדזערע שׂונאימס קעפּ… אַלעקסאַנדער דיומאַ, מיט אַלע זײַנע מושקעטערן און מאָנטע־קריסטאָס, דערגרײכט ניט אַפֿילו די הקדמה פֿון דעם לעבעדיקן אַװאַנטוריסטישן משפּחה־סוזשעט, אין װעלכן ס‘זײַנען אַרײַנגעװאָרפֿן געװאָרן מײַנע זײדע־באָבע און זײערע קינדער.
איך האָב געהאַט דאָס מזל צו װױנען מיט דער באָבע מילכּה אין אײן צימער, כּמעט ביז דער בר־מיצװה. יעדעס יאָר בין איך געפֿאָרן מיט איר אױף קבֿר־אָבֿות קײן טשערנאָװיץ און קײן סאָראָקע, געגאַנגען נאָך אַ ברכה צו דעם ריבניצער צדיק ר’ חײם־זאַנװל. און, אַז מע איז די גאַנצע צײַט אונטער װעגן, װער פֿרעגט שױן װעגן דעם אַװאַנטורע־װירוס?…
אָבער דאָס װיכטיקסטע, װי כ’האָב זיך דערװוּסט אַ סך שפּעטער, איז באַשטאַנען אין דעם, וואָס די באָבע מילכּה איז געװען „אַ לעבעדיקער טעלעגראַף‟. איך געדענק, אַז יעדן חודש פֿלעגט צו אונדז אָנקומען עפּעס אַ נײַער פֿרעמדער מענטש, און דעמאָלט פֿלעגט די באָבע מיך אָפּשיקן אין דרױסן צו שפּילן זיך מיט די קינדער, און שטענדיק אָנזאָגן, אַז װען כ’װעל צוריק קומען, זאָל איך מיט זיך קײנעם ניט מיטברענגען.
— פֿאַר װאָס?
— פֿאַר דאָס!
— און װער איז דאָס אָנגעקומען?
— ניט דײַן עסק!
הײַנט װײס איך, אַז דער באָבע מילכּהן פֿלעגט מען ברענגען אינפֿאָרמאַציע װעגן די ייִדישע משפּחות אין דרום און צפֿון־אַמעריקע, און די באָבע מילכּה פֿלעגט זי איבערגעבן צו די פּאַסיקע מענטשן פֿון גאַנץ בעסאַראַביע, בוקאָװינע און פּאָדאָליע, ס’הײסט די ייִדן, װעלכע האָבן ניט געהאַט און ניט געקענט האָבן קײן דירעקטע פֿאַרבינדונגען מיט זײערע אױסלענדישע נאָענטע קרובֿים. בײַ די „סאָװעטן‟ האָט עס געשמעקט מיט שפּיאָנאַזש און טורמע. אונדזער פֿאַמיליע האָט מען ניט געטשעפּעט, װײַל דער באָבע מילכּהס עלטסטער זון, מײַן פֿעטער בערל גרױסמאַן, איז געװען דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון די אורוגװײַער פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראײנען און אױך דער רעדאַקטאָר פֿונעם קאָמוניסטישן „אונדזער פֿרײַנד‟.
װי זאָגט איר, ר’ ייִד?… אַז מע לעבט דערלעבט מען. גאָט האָט געגעבן און אין די אָנהײב 1960ער, אין מאָסקװע איז פֿאָרגעקומען אַ װעלט־צוזאַמענטרעף פֿון די אַרבעטער פּאַרטײען און פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראײנען. דעם אורוגװײַער אַרבעטער קלאַס האָט פֿאָרגעשטעלט דער פֿעטער בערל; און, נסים־ונפֿלאָות — מע האָט אים דערלױבט צו טרעפֿן זיך אין טשערנאָװיץ מיט זײַן מאַמען, װעלכע האָט אים ניט געזען לאַנגע פֿינף און דרײַסיק יאָר.
בײַ דעם פֿליפֿעלד האָט זיך אױסגעשטעלט די גאַנצע טשערנאָװיצער נאַטשאַלסטװע, מיט די פּרעכטיקע אױטאָס, מיט די װעכטערס, נאַ־שפּיץ זײַנען געשטאַנען אַ פּאָר שײנע שיקסעס מיט אַ לאַבן ברױט און אַ זאַלצמעסטל אױפֿן שײנעם טאַץ… מיט אײן װאָרט, אַ גאַנצער פּאַראַד. די באָבע מילכּה, אַ קלײן־װוּקסיקע, אױסגעפּוצט אין שבתדיקע מלבושים, מיט אַ יום־טובֿדיקער פֿאַטשײלע אױפֿן קאָפּ, איז געשטאַנען לעבן מיר און געהאַלטן מיך בײַ דער האַנט.
דער עראָפּלאַן האָט געלאַנדט. די טשערנאָװיצער נאַטשאַלסטװע האָט זיך אױסגעשטעלט לױטן ראַנזשיר. פֿון דער װײַטנס, אַרום אַ גוטע פּאָר הונדערט מעטער, האָבן מיר דערזען װי צום עראָפּלאַן שטעלט מען צו די טרעפּ. עס האָט זיך אױפֿגעמאַכט די טיר און די ערשטע פּאַסאַזשירן האָבן אָנגעהױבן אַראָפּצוגײן אױפֿן פֿליפֿעלד.
כ’האָב דערפֿילט אַ שטאַרקן שטױס אינעם אַקסל און אײדער כ’האָב באַװיזן צו פֿאַרשטײן װאָס און װער, איז שױן די באָבע מילכּה געלאָפֿן איבערן פֿליפֿעלד צום עראָפּלאַן, און הינטער אירע פּלײצעס האָבן זיך קױם געשלעפּט די טױזנטער שלאָפֿלאָזע פֿאַרװײנטע נעכט…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.