„מ׳האָט זיך צו אונדז ניט צוגעהערט‟

'They Just Wouldn't Listen,' Say Y.U. Students

די מיטלשול פֿאַר ייִנגלעך בײַם ישיבֿה־אוניווערסיטעט. אונטן: די באַשולדיקטע באַלעסטיקער מייסי גאָרדאָן (רעכטס) און דזשאָרדזש פֿינקעלשטיין (פֿונעם יאָרבוך 1970)
COURTESY OF YESHIVA UNIVERSITY
די מיטלשול פֿאַר ייִנגלעך בײַם ישיבֿה־אוניווערסיטעט. אונטן: די באַשולדיקטע באַלעסטיקער מייסי גאָרדאָן (רעכטס) און דזשאָרדזש פֿינקעלשטיין (פֿונעם יאָרבוך 1970)

פֿון פֿון פּאָל בערגער (Forward)

Published July 10, 2013, issue of August 02, 2013.

מאָנטיק האָבן נײַנצן געוועזענע תּלמידים פֿון אַ מיטלשול אונטערן אויפֿזיכט פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט אַרײַנגעבראַכט אַ קאָלעקטיוון אָנקלאָג קעגן דעם אוניווערסיטעט, באַשולדיקנדיק די אַדמיניסטראַטאָרן און לערער אין פֿאַרדעקן פֿיזישע און סעקסועלע באַלעסטיקונג במשך פֿון צענדליקער יאָרן.

דער אָנקלאָג, אָרײַנגעגעבן אין ווײַט־פּליינס, נ״י, באַשולדיקט די שול אין „אַ ריזיקער פֿאַרשווײַגונג דורך אַ ריי פּראָמינענטע אַדמיניסטראַטאָרן, פֿאַרוואַלטונג־מיטגלידער, און אַנדערע מיטגלידער פֿונעם פֿאַקולטעט, אין שײַכות מיט דער סעקסועלער באַלעסטיקונג פֿון מיטלשול־תּלמידים‟.

די אינצידענטן זענען פֿאָרגעקומען בעת די 1970ער און 1980ער יאָרן, ווען ישיבֿה־אוניווערסיטעט האָט זיך געפֿונען אין אַ שווערן פֿינאַנציעלן מצבֿ.

קעווין מולהערן, דער אַדוואָקאַט וועלכער רעפּרעזענטירט די אָנקלאָגער, טענהט, אַז די YU־אַדמיניסטראַטאָרן האָבן דורכגעפֿירט אַ לאַנג־יאָריקן שווינדל, שילדערנדיק צוויי פֿון די הויפּט־באַלעסטיקער, ווי חשובֿע מענער מיט אַ גלענצנדיקן כאַראַקטער, נישט געקוקט אויף אַ צאָל וואָרענונגען, אַז די מענער האָבן סעקסועל באַלעסטיקט ייִנגלעך.

ביידע מענער זענען באַערט געוואָרן פֿון YU נאָך דעם ווי זיי האָבן אָנגענומען שטעלעס אין אַנדערע אינסטיטוציעס, און ביז לעצטנס האָט YU אַפֿילו אויסגעטיילט סובסידיעס אויף זייערע נעמען.

די צוויי מענער, הרבֿ דזשאָרדזש פֿינקעלשטיין, אַ מיטלשול־אַדמיניסטראַטאָר און דערנאָך דער מנהל פֿון דער שול, און הרבֿ מייסי גאָרדאָן, אַ גמרא־לערער, „האָבן אַרויסגעוויזן אַ נטיה צו באַלעסטיקן קינדער‟, און דאָך, האָט מען זיי דערלויבט צו בלײַבן בײַ דער אַרבעט, גיט איבער דער אָנקלאָג.

דער אָנקלאָג באַטאָנט אויך, אַז אַ סך פֿון די באַלעסטיקטע תּלמידים האָבן שטאַרק געליטן פֿון דער באַלעסטיקונג אויף פֿאַרשידענע אופֿנים: ערנסטע דעפּרעסיע, קאָשמאַרן, געוואָרן נאַרקאָמאַנען און אַלקאָהאָליקער, שוועריקייטן אינעם זיווג־לעבן און בײַם אָנהאַלטן אַ שטעלע. עטלעכע האָבן אַפֿילו געקלערט אָדער געפּרוּווט זיך צו נעמען דאָס לעבן.