מיט עטלעכע יאָר צוריק איז אונדזער פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציע געווען אין דער אָדעסער געגנט און, דאַכט זיך מיר, אין דער שטאָט בעלגאָראָד־דנעסטראָווסק, געוועזענע אַקערמאַן. אַ „שטיקל‟ ייִדישע קולטור־געזעלשאַפֿט, איז דאָ געווען, נאָר די עטלעכע ייִדן וואָס האָבן דאָרט געוווינט, האָבן ייִדיש ניט געקענט. האָבן מיר געמוזט פֿאַרשרײַבן די אינטערוויוען אויף רוסיש. די פֿאָרזיצערין פֿון דער ייִדישער אָרגאַניזאַציע האָט אונדז דערציילט וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן אינעם געוועזענעם אַקערמאַן; וועגן דעם ייִדישן לעבן אין די סאָוועטישע צײַטן. נאָכן אינטערוויו האָט זי אונדז מחבד געווען מיט אַ ביסל ווײַן, וועלכן זי מאַכט אַליין און האַלט אים אויפֿן באַלקאָן אין עטלעכע דרײַ־ליטראָווע גלעזערנע סלויען, און עפּעס האָבן מיר בײַ איר איבערגעכאַפּט. בײַם טיש האָט זי אונדז געזאָגט:
— אַלע מאכלים וואָס איך גרייט — אַ באָרשטש צי אַ ראָסל, האָבן בײַ מיר אַ ייִדישן טעם!
— וואָס מיינט עס, „אַ ייִדישער טעם‟, מיט וואָס עסט מען עס? — האָט עמעצער פֿון אונדז געפֿרעגט.
— גאָר פּראָסט און פּשוט, — האָט דערקלערט די פֿרוי, — עס מיינט טאַקע מיך אַליין. איך האָב אַ זעקעלע מיט מצה־מעל, און וואָס כ‘זאָל ניט מאַכן, שיט איך אינעם טעפּל אַרײַן אַ זשמעניע מצה־מעל. גיט עס צו דעם מאכל אַ ייִדישן טעם…
אַן אַנדערש מאָל, שוין אין אַ „פּריוואַטער‟ פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציע, דאָס מיינט, ווען דובֿ־בער קערלער און איך האָבן זיך אין אַ פֿרײַען טאָג אַרײַנגעכאַפּט קיין נצרת־עילית, צפֿון־ישׂראל, און פֿאַרשריבן אַן אינטערוויו מיט געניע סאַנדלער, האָט זי אונדז געזאָגט: „איר פֿאַרשטייט, יעדע געשיכטע וואָס איך דערצייל אײַך, האָט עפּעס אַ באַזונדערן ייִדישן טעם!…‟
וואָס זשע פֿאַר אַ זשמענקעלע „מצה־מעל‟ דאַרף מען אַרײַנלייגן אין אַ דערציילונג, אין אַ ליד, אין אַ מעשׂה עס זאָל, דאָס „מאכל‟ אין אַ שרײַבערישער קיך באַקומען אַ ייִדישן טעם? ניט קיין גרינגע פֿראַגע. מיר ווייסן דאָך, אַז „איינער האָט ליב זויערמילך, און דער צווייטער — מפֿטיר‟. דאָס וואָס ס‘איז פֿאַר איינעם באַטעמט, קאָן זײַן פֿאַר אַ צווייטן — אָן אַ טעם. איינער זאָגט, אַז עפּעס אַ ליד פֿון פּרץ מאַרקישן האָט אַ ייִדישן טעם, און אַ צווייטער וועט ניט זײַן מיטן ערשטן מסכּים. און מסתּמא, וועלן זיי ביידע זײַן גערעכט. פֿון דעסטוועגן…
ערשטנס, וועלן מיר זיך פֿרעגן, צי ס’איז באַרעכטיקט צו נוצן דעם באַגריף „טעם‟ צו אַ קינסטלעריש ווערק? באַרעכטיקט! בײַ שלום־עליכמען געפֿינען מיר: „איך וועל אײַך זאָגן מיט אַ טעם…‟, צי: „אַז מע זאָגט אַ זאַך, זאָל דאָס זײַן מיט טעם‟.
אין י. י. סעגאַלס אַ ליד לייענען מיר:
אין האַרץ פֿון אַ ייִדן,
פֿון אמתן ייִדן,
וואָס ווייסט אַלע טעמים
פֿון ייִדישע לידער…
יחיאל שרײַבמאַן האָט אַ מיניאַטור „לידער — קאַרשן‟:
„עס זענען פֿאַראַן לידער, ענלעכע צו די עטלעכע קאַרשן, די פֿאַרבליבענע ערגעץ העט אויבן אויפֿן שפּיץ בוים… און עס זענען פֿאַראַן לידער — פֿולע פֿליישיקע קאַרשן… עס טוט אַ פּלאַץ דאָס דינע הײַטעלע זייערס, און עס טוט אַ שפּריץ געדיכטע טונקל־רויטע זאַפֿט… נאָר זיי פֿאַרמאָגן אין זיך אַלע ריחות און אַלע טעמים פֿון דער וועלט…‟
צי קאָנען מיר זאָגן, אַז אַ שרײַבער „באַקט און קאָכט‟ זײַנע „מאכלים‟ אויף זײַן שרײַבערישער קיך? — אויך בײַ יחיאל שרײַבמאַנען לייענען מיר: „כ’האָב אַנומלט אויסגעפֿלאָכטן אַ זײַטל מײַנס פֿרײַטיק־צו־נאַכטס־קוילעטש מקבל־שבת צו זײַן. אַ קוילעטש אַ חריפֿות. ער איז געלעגן אויפֿן טיש צוגעדעקט מיט אַ שבתדיק טישטעכל, און האָט דורכן טישטעכל אַרויסגעשײַנט. די אויסגעפֿלאָכטנקייט האָט דאָ און דאָרט געבלישטשעט, ווי די רויטע בעקעלעך בײַ אַ זעכצן־יאָריקער. ער איז געלונגען, דער קוילעטש, און געאָטעמט מיט פֿרישקייט, זעמלדיקייט און גלוסטעניש. נאָר קיינער האָט דאָס טישטעכל ניט אָפּגעדעקט… דעם קוילעטש ניט פֿאַרזוכט…‟
די פֿרוי פֿון בעלגאָראָד־דנעסטראָווסק, די פֿאָרזיצערין פֿון דער דאָרטיקער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט, האָט געקראָגן די מצה פֿון „דזשוינט‟. פֿון וואַנען זאָל נעמען דער שרײַבער זײַן שרײַבערישן „מצה־מעל‟, אַז זי זאָל צוגעבן דער ליד, דער דערציילונג אַ ייִדישן טעם? איך מיין, אַז די דאָזיקע „מצה‟, באַקט זיך אין די אויוונס פֿון ייִדישקייט, פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר, ייִדישן שטייגער… און דאָס ערשטע זשמעניעלע „מצה־מעל‟ קריגן מיר אין די קינדער־יאָרן, אויב די קינדהייט אונדזערע גייט דורך אין אַ ייִדישער שטוב, אין אַ ייִדישער סבֿיבֿה…
צום בײַשפּיל, דאָס וויגליד „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟ פֿון אַ פֿאָלקס־נוסח:
אונטער יאַנקעלעס וויגעלע,
שטייט אַ קלאָר־ווײַס ציגעלע,
ציגעלע איז געפֿאָרן האַנדלען,
קויפֿן ראָזשינקעס מיט מאַנדלען,
ראָזשינקעס מיט מאַנדלען איז דאָך גוט…
און אויך אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟, אין וועלכן דאָס ייִדישע קינד, ווען ס’וועט אויסוואַקסן, וועט עס האַנדלען, איז געוואָרן אַ סימבאָל פֿון ייִדישן לעבן, פֿון ייִדישן שטייגער און אַפֿילו, אין אַ געוויסער מאָס, פֿון ייִדישקייט בכלל. די „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟ אין אַ ווערק פֿון אַ ייִדישן שרײַבער גיבן צו דער, צי יענער דערציילונג, פֿערז — אַ ייִדישן טעם.
אין די שאַפֿונגען פֿון די סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער, באַזונדערס אין די סטאַלין צײַטן, האָט דער „ייִדישער טעם‟ געקאָנט פֿאַרטײַטשט ווערן ווי „בורזשואַזער נאַציאָנאַליזם‟. פֿאַר דעם דאָזיקן „ייִדישן טעם‟ האָט מען געקאָנט פֿאַרשיקט ווערן קיין סיביר אויף צו פֿאַרזוכן דאָרט דעם טעם פֿונעם סיבירער פֿאַרפֿרוירן שטיקל ברויט. ניט געקוקט דערויף, האָט מאַרקיש אין זײַן ביכל „לידער‟, וואָס איז אַרויס אין מאָסקווע, אין 1933, אַ לירישן ציקל „אויפֿשריפֿטן אויף מצבֿות‟, לייענען מיר אין אַ ליד:
…מער אויפֿן מאַרק ז’שוין קיינער ניט פֿאַראַן דאָ?
עס שלעפּט דער שטאָט־משוגענער די ציג און טענהט אין די הערנער:
איז וווּ־זשע זײַנען עס די שיינע ראָזשינקעס מיט מאַנדלען?..
צי אין אַן אַנדער ליד פֿון דעם זעלבן ביכל:
…איך מיט קלאָר־ווײַס ציגעלע
גייען אַרום האַנדלען,
גייען ערגעץ האַנדלען
ראָזשינקעס מיט מאַנדלען…
מע דאַרף באַמערקן, אַז דאָס „קלאָר־ווײַס ציגעלע‟ גיט אויך צו מאַרקישס ליד אַ ייִדישן טעם. דער ייִדישער שרײַבער טבֿיה גען האָט אין זײַן בוך „דערציילונגען פֿון ייִדישע סאָוועטישע שרײַבער‟ אַ „דערציילונג פֿון דער קינדהייט‟, וווּ ער שרײַבט: „לעבנס־באַשרײַבונג הייבט זיך אָן געוויינטלעך פֿון דער קינדהייט. מע שלעפּט דעם וואָגן פֿון העט־העט, פֿון אונטערן באַרג, וווּ מיט יאָרן צוריק איז געשטאַנען דאָס וויגעלע — די מאַמע, וועלכע האָט געזונגען וועגן צוקער־זיסע ראָזשינקעס מיט מאַנדלען…‟
ברוך אָליצקי הייבט אַזוי אָן זײַנס אַ ליד: „די מאַמע פֿלעגט מיר אָדעווען מיט ראָזשינקעס, מיט מאַנדלען…‟ און יעקבֿ גלאַטשטיין באַגייט אויך ניט דעם זעלבן פֿאָלקס־מאָטיוו אין זײַן ליד „נישט די מתים לויבן גאָט‟:
דו, דאָס טרויעריקסטע ייִדישע ייִנגל פֿון אַלע דורות,
ביסט אויך בײַם באַרג סיני געשטאַנען.
דײַנע נאָזלעכער האָבן געשמעקט
דעם ראָזשינקע־מאַנדל פֿון יעדער וואָרט אין דער תּורה…
בײַ אַבֿרהם סוצקעווערן:
…זאָל איך אײַנפֿלאַנצן מײַן צונג
און וואַרטן ביז פֿאַרוואַנדלען
וועט זי זיך אין אָבֿותדיקע
ראָזשינקעס מיט מאַנדלען?…
אין די 1930ער יאָרן האָט דער פּאָעט און רעזשיסאָר יעקבֿ שטערנבערג אין זײַן בוקאַרעשטער ייִדישער טעאַטער־סטודיע, געשטעלט אַ מוזיקאַלישע רעוויו, וואָס דעם סצענאַר האָט ער אָנגעשריבן אין איינעם מיט משה אַלטמאַנען. די רעוויו האָט געהייסן „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟. די פֿאָרשטעלונג איז געוויזן געוואָרן איבער גאַנץ רומעניע…
פֿאַרשטייט זיך, אַז יעדער שרײַבער און דיכטער געפֿינט זײַן ביסל „מצה־מעל‟, זײַנע „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟, וואָס ער, אין זײַן אייגענער שרײַבערישער קיך, לייגט אַרײַן אין דערציילונגען, אין לידער, כּדי דאָס באַשאַפֿענע זאָל האָבן אַ ייִדישן טעם און ניט האָבן, חס־וחלילה, „מײַן באָבעס טעם‟…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.