לעצטנס, האָב איך געהערט אויף טעלעוויזיע-קאַנאַל „שלום‟, ווי אַ פֿײַנער ייִד טײַטשט אונדזער גלויבן אין גאָט בזה־הלשון: „די גמרא מאַכט, אַז נישט וואָס מיר זײַנען באַשאַפֿן געוואָרן אין גאָטס געשטאַלט, דאָס מיינט, אַז גאָט זעט נישט אויס ווי מײַן שכנטעס זיידע; נאָר ער האָט געמיינט דערמיט צו זאָגן, אַז די מענטשהייט האָט איבערגענומען גאָטס קוואַליטעטן, גוטסקייט, איידלקייט, רחמים, צדקה, ערלעכקייט און אַזוי ווײַטער.‟
די אַטעיִסטן ווידער טענהען, אַז מיר האָבן באַשאַפֿן גאָט אין אונדזער אייגענעם געשטאַלט, מיט אַלע אונדזערע חסרונות, צווישן זיי קינאה און שׂינאה, קאַמף און געשלעג, מאָרד און פֿאַרניכטונג.
האָט זיך אַזוי געטראָפֿן, אַז איך האָב זיך אָנגעשטויסן אין אַן אַרטיקעלע אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, וווּ עס רעדט זיך וועגן לויִזיאַנאַ, אַ דרומדיקער שטאַט אין אַמעריקע, וואָס מען רופֿט אים „דהע בײַבל־בעלט‟. צווישן די פֿרומע קריסטן, האָט זיך פֿאַרלאָפֿן גאָר אַן אינטערעסאַנט „רעליגיעז קאַפּיטל‟, נעמלעך, אַז עס האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אַ כאָפּטע מענטשן, אונטער דער השגחה פֿון אַן אַמאָליקן „פּענטיקאַסטל‟ גלח, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט דער קירכלעכער עבֿודה גאַנצע פֿינף און צוואַנציק יאָר. פּלוצעם האָט ער אָנגעוווירן דעם קריסטלעכן גלויבן און געוואָרן אַ ספּיריטועלער אַטעיִסט. ער האָט עטאַבלירט אַן אַטעיִסטישע קירכע אין „לייק טשאַרלס‟, און רופֿט עס „אַ פֿולקאָמע אַטעיִסטישע קירך‟.
און אַזוי ווי עס האָט זיך געהויבן די צאָל אַטעיִסטן און אַגנאָסטיקער אין אַמעריקע, איז געקומען די ריכטיקע צײַט זיי אַרײַנצוכאַפּן אין דער אַטעיִסטישער פּאַסטקע און פֿירן מיט זיי אַן אַטעיִסטישן טיש.
נישט נאָר דאָס, מיסטער דעוויט, דער אַטעיִסטישער גלח, רעכנט זיך פֿאַר אַן אולטראַ־פֿונדאַמענטאַלן אַטעיִסט. ער איז געקומען צו דער איבערצײַגונג, אַז דאָס גאַנצע דינען גאָט אין אַ קלויסטער באַשטייט פֿון פֿאַרזאַמלען זיך צוזאַמען, זיך פֿילן ווי אַ טייל פֿון אַ קהילה, טרעפֿן זיך מיט באַקאַנטע און פֿרײַנד, פֿילן אַ מין משפּחהדיקייט, זיך אויספּוצן, זינגען און דינען דעם אַטעיִזם צוזאַמען, זײַן צוגעבונדן עמאָציאָנעל צו אַ געבעט־הויז; און אָט דער פֿענאָמען האָט אַ שײַכות צו אַלע געבעט־הײַזער, אין אַלע רעליגיעס, טענהט דער מיסטער דעוויט.
דער עיקר, ער ציט צו אַן עולם. די סיבה איז, אַז ער דרשנט אַטעיִזם אַזוי ווי ער פֿלעגט דרשענען און לויבן גאָט, ווען ער איז געווען אַ גלח, נאָר דאָס מאָל אָנעם דערמאָנען דעם נאָמען גאָט, זײַן זון, דעם הייליקן גײַסט און אויסלאָזן דעם „אָמן‟. זײַן טעזע באַשטייט אין פֿרייד, פּאַטשן מיט די הענט, געזאַנג, גליק וואָס מען עקזיסטירט.
אַ סך פֿון זײַנע אָנהענגער זײַנען אַקאַדעמיקער, פּראָפֿעסאָרן פֿון אוניווערסיטעטן און פּראָפֿעסיאָנאַלן. דער אָרגאַניזירטער אַטעיִזם פֿאַרשפּרייט זיך, ווי שוועמלעך נאָך אַ רעגן. זיי האָבן שוין אַטעיִסטישע צווײַגן אין לאָנדאָן, ניו־יאָרק, סאַקראַמענטאָ און האַוסטאָן.
איך שטעל אײַך פֿאָר, אַז דער הײַנטיקער אַטעיִזם איז נישט קיין נײַעס אין דער געשיכטע פֿון גאָטסדינסט. די מערכה איז, וואָס אין אונדזערע צײַטן ברענט מען נישט די נישט גלויביקע אויפֿן פֿײַער־שײַטער, מען רודפֿט זיי נישט און מע לאָזט זיי צו רו. די וועלט גייט פֿאָרויס, די תּקופֿות בײַטן זיך, דער מענטש בײַט זיך, דאָס דינען גאָט בײַט זיך. הײַנט האָט דאָס העכסטע געריכט פֿון לאַנד אָנערקענט חתונות צווישן מענער מיט מענער און פֿרויען מיט פֿרויען. דער עיקר, דאָס לעבן בײַט זיך, די איינציקע זאַך וואָס בלײַבט סטאַטיש און בײַט זיך בכלל נישט, איז די שׂינאה צו ייִדן. אפֿשר וועט מיט דער צײַט אויפֿקומען אַ געבעט־הויז פֿאַר די אַלע שׂונא־ישׂראל, וווּ זיי וועלן זיך שלאָגן „על חטא!‟ און שלאָגן זיך קאָפּ אין וואַנט. דער עיקר, אויב דער אַטעיִסטישער גאָט וועט באַווײַזן די זעלבע גליקן וואָס ער האָט באַוויזן ביז אַהער, זײַנען מיר אויף גרויסע צרות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.