באַשיידענע קעץ

Are Cats Really Shy?

„די טויטן־צערעמאָניע פֿון אַ מצרישער קאַץ‟, מאָלערײַ פֿון דזשאָן רײַנהאַרד וועגועלין, 1886
Wikimedia Commons
„די טויטן־צערעמאָניע פֿון אַ מצרישער קאַץ‟, מאָלערײַ פֿון דזשאָן רײַנהאַרד וועגועלין, 1886

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published July 12, 2013, issue of August 02, 2013.

די חז״ל זאָגן אין גמרא, אַז אויב די ייִדן וואָלטן נישט באַקומען די תּורה, וואָלטן זיי געקאָנט אָפּלערנען גוטע מידות פֿון דער נאַטור. די קעץ, למשל, זענען מוסטערן פֿון צניעות. לויט דער פֿאָלק-עטימאָלאָגיע, שטאַמט דאָס העברעיִשע וואָרט „חתול‟ פֿונעם ווערב „חתל‟ — צו באַדעקן אָדער אויסצובאַהאַלטן.

ס׳זעט אויס, אַז אויף דער אמתן שטאַמט דאָס דאָזיקע וואָרט פֿון דער אוראַלטער מיצרישער שפּראַך. די מיצריים האָבן זייער ליב געהאַט קעץ און פֿלעגן זיי אַפֿילו באַלזאַמירן און באַערדיקן ווי חשובֿע מענטשן. די אַרכעאָלאָגן האָבן שוין געפֿונען אין עגיפּטן עטלעכע הונדערט טויזנט קאַץ-מומיעס. צוליב דער מיצרישער השפּעה, זענען זיי געוואָרן פּאָפּולער אין דער וועלט. דאָס לשון-קודשדיקע וואָרט „חתול‟ האָט דעם סופֿיקס „ל‟; מעגלעך, האָט עס, בײַם אָנהייב, געמיינט אַ „קעצעלע‟. אין גמרא טרעפֿט זיך אויך דאָס אַראַמישע וואָרט „שונרא‟, וואָס שטאַמט פֿון אַן אַנדער שורש. אויף כינעזיש הייסט אַ קאַץ „מיִו‟ — צוליב דעם קעצישן מיוקען. אין אַ סך שפּראַכן אַרום דער וועלט, פֿון באַסקיש ביז זוליסיש, אַרײַנגערעכנט ייִדיש, שטאַמט אָבער דער נאָמען פֿון דער דאָזיקער חיה פֿונעם אַלט-מיצרישן וואָרט „קאָטע‟.

נישט געקוקט אויף זייער צניעותדיקער אויפֿפֿירונג, האָבן די קעץ אַ רעפּוטאַציע פֿון ווילדע און אומאָפּהענגיקע חיות, דערפֿאַר דינען זיי ווי סיבמאָלן פֿון אומלעגאַלע שטרײַקן און פּאָליטישע פּראָטעסט-באַוועגונגען. אינעם „שולחן ערוך‟ שטייט געשריבן, אַז אויב מע געפֿינט אויף דער גאַס אַ בייזע קאַץ, מוז מען זי נישט אומקערן דעם בעלי-הבית און מע מעג זי הרגענען, ווײַל אַן עכט ווילדע קעץ שאַטן אַ קינד.

די אַלט-גערמאַנישע געטין פֿרייע, וואָס איר נאָמען איז פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן וואָרט „פֿרוי‟ און איז פֿאַרבליבן אינעם וואָרט „פֿרײַטיק‟ („פֿרייעס טאָג‟), ווערט באַגלייט מיט קעץ אין די אַלטע לעגענדעס. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז על-פּי-קבלה ווערט ערבֿ-שבת אויך אַסאָציִיִרט מיט פֿרויען און מיט דער הייליקער שכינה, דער ווײַבלעכער אַספּעקט פֿון געטלעכקייט. ייִדן זינגען פֿרײַטיק אויפֿדערנאַכט „לך דודי לקראת כּלה‟ און „אשת-חיל‟. דער זוהר דערקלערט, אַז די מיטאָלאָגישע פֿרויען-פֿיגורן, אַזעלכע ווי די תּנ״כישע אַשרה, זענען פֿאַרקריפּלטע רעפּרעזענטאַציעס פֿון דער שכינה, וואָס די געצנדינער האָבן זי פֿאַרוואַנדלט אין אַ עבֿודה-זרה.

דער מחבר פֿון די שורות האָט שוין נישט איין מאָל געזען, ווי די ייִדישע „שבת-המלכּה‟ ווערט טאַקע באַגלייט מיט קעץ אין די משפּחות, וואָס האַלטן בײַ זיך אין שטוב די דאָזיקע שפּילעוודיקע און חנעוודיקע חיות. די צוגרייטונגען אויפֿן שבתדיקן טיש רופֿן אַרויס אַ גרויסן אינטערעס בײַ די קעץ. צומאָל פּרוּוון זיי אַראָפּשלעפּן דאָס טישטעך און הייבן זיך אָן שפּילן מיטן חלה-דעקל; די בעלי-בתּים מוזן מאַכן זיכער, אַז זייער קאַץ וועט נישט ברענגען קיין צרות מיט די אָנגעצונדענע ליכט.

אין די משפּחות, וווּהין עס קומען כּסדר אַ סך געסט, פֿאַרשטייען די קעץ, אַז די שבתדיקע צוגרייטונגען זענען אַ סימן פֿון אַ קומענדיקער שׂימחה. אַז מע דעקט צו דעם טיש מיטן ווײַסן טישטעך און מע צידנט שוין אָן די ליכט, מיינט עס, אַז באַלד וועלן קומען נײַע מענטשן, מיט וועלכע מע קאָן זיך שפּילן און אַרויפֿשפּרינגען אויף זייערע קני. ביז לעצטנס, האָבן די וויסנשאַפֿטלער געגלייבט, אַז קעץ קאָנען זען בלויז שוואַרץ און ווײַס; מע האָט אָבער אויסגעפֿונען, אַז זיי דערקענען זיי פֿאַרשיידענע קאָלירן, הגם זייער קאָליר-ראיה איז מער באַגרענעצט, אין פֿאַרגלײַך מיט מענטשן.

„אוי, איך אָן דיר און דו אָן מיר, ווי אַ קליאַמקע אָן אַ טיר, קעצעלע, פֿייגעלע מײַנס‟, גייט דער רעפֿרען אינעם ייִדישן פֿאָלקסליד „די סאַפּאָזשקעלעך‟. אין דער ענגלישער קולטור ווערט אַ קאַץ אויך שטאַרק אַסאָציִיִרט מיט פֿרויען און ליבע — אפֿשר, אַפֿילו צו שטאַרק און בוכשטעבלעך, ווי מע זעט פֿונעם צוויידײַטיקן וווּלגאַרן ענגלישן וואָרט „pussy‟.

מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט אַ גרופּע פֿאָרשער דורכגעפֿירט אַ שטודיע וועגן דער קעצישער מידת-הצניעות. פּינקטלעכער צו זאָגן, האָבן זיי באַשטעטיקט, אַז קעץ קאָנען זייער גוט אויסבאַהאַלטן זייערע געפֿילן.

אַ טייל מענטשן מיינען, אַז זייער קאַץ איגנאָרירט זיי. אין דער אמתן, האָט זי זיי, מסתּמא, זייער ליב — פֿאַרשטייט זיך, אויב זיי זענען גוטע בעלי־בתּים — אָבער ווײַזט נישט אַרויס אירע געפֿילן. די רעזולטאַטן פֿון דער פֿאָרשונג זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אינעם ספּעציעלן זשורנאַל „Animal Cognition‟ („אויפֿנעם פֿון בעלי-חיים‟).

איינער פֿון די פֿאָרשער, אַצוקאָ סײַטאָ פֿונעם טאָקיאָ-אוניווערסיטעט, האָט דערקלערט, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט די הינט, וועלכע פֿאָלגן די באַפֿעלן פֿון זייערע בעלי-בתּים, פֿירן זיך די קעץ צומאָל אויף אומאָפּהענגיק. אין דער אמתן, אָבער, זענען זיי שטאַרק עמאָציאָנעל צוגעבונדן צו זייערע באַליבטע מענטשן. די באַציִונג צווישן מענטשן און קעץ קאָן מען פֿאַרגלײַך, ווי דער וויסנשאַפֿטלער האָט דערקלערט, מיט דער באַציִונג צווישן עלטערן און קליינע עופֿעלעך.

אין פֿאַרגלײַך מיט אַ הונט, וואָס הייבט אָן אַרומשפּרינגען און דרייען מיטן עק, ווען ער זעט זײַן בעל-הבית, ווײַזט אַ קאַץ אַרויס מער באַשיידענע סימנים פֿון עמאָציעס. ווען די קעץ הערן דאָס קול פֿון זייערע בעלי-בתּים, ווערן זייערע שוואַרצאַפּלען גרעסער — אַ סימן, אַז זיי זענען צופֿרידן. די אָנגעשפּיצטע אויערן ווײַזן אויך אָן אויף זייערע געפֿילן.

מיט צוויי יאָר צוריק, האָט אַ גרופּע פֿאָרשער פֿונעם ווינער אוניווערסיטעט אויפֿגעוויזן, אַז נישט געקוקט אויף זייער באַשיידענער אויפֿפֿירונג, קאָנען די קעץ מאַניפּולירן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים מיט זייערע בעלי־בתּים — בפֿרט, מיט פֿרויען. לויט די רעזולטאַטן פֿון דער דאָזיקער שטודיע, פֿאַרשטיין פֿרויען די קעצישע „שפּראַך‟, בדרך-כּלל, בעסער ווי מענער.

פּסיכאָלאָגישע שטודיעס ווײַזן, אַז מענטשן, וואָס פֿירן זיך אַליין „קעציש‟ — שפּילעוודיק, אומאָפּהענגיק, באַהאַלטענערהייט — אַנטוויקלען בעסערע באַציִונגען מיט קעץ. לויט אַ באַקאַנטן סטערעאָטיפּ, איז די וועלט צעטיילט אויף „הינט-לײַט‟ און „קעץ-לײַט‟, וועלכע קאָנען נישט פֿאַרשטיין, ווי געהעריק, איינער דעם צווייטן. הגם ס׳איז אַ גוזמא, ליגט אין דעם דאָזיקן סטערעאָטיפּ אַ געוויסער אמת. מיט דרײַ יאָר צוריק, האָט סעם גאָסלינג, אַ פּראָפֿעסאָר פֿונעם אָסטינער אוניווערסיטעט אין טעקסאַס, פֿאַרעפֿנטלעכט די רעזולטאַטן פֿון זײַן שטודיע, לויט וועלכער די ליבהאָבער פֿון קעץ זענען מער אָפֿענע, אָבער אויך מער נעווראָטישע, מענטשן. בערך 12 פּראָצענט מענטשן האַלטן זיך, לויט דער דאָזיקער שטודיעס, פֿאַר פּרינציפּיעלע „קעץ-לײַט‟, וואָס האָבן נישט ליב קיין הינט.



Highlight or double-click any word to see its English translationxDon't show again
loading