בולגאַריע פֿאַרנעמט אַ באַשײדן אָרט אױף דער מאַפּע פֿון דער ייִדישער װעלט־ליטעראַטור. דער סאַמע באַרימטער שרײַבער װאָס שטאַמט פֿונעם דאָזיקן אַלטן לאַנד פֿון גלות־ספֿרד, איז עליאַס קאַנעטי; אָבער ער האָט פֿאַרלאָזט זײַן הײמלאַנד װי אַ קינד און װײַטער געשריבן אױף דײַטש און ענגליש. און דװקא איצט, נאָך דעם צעפֿאַל פֿונעם קאָמוניסטישן רעזשים, האָט זיך אין בולגאַריע באַװיזן אַ מחבר, װאָס קוקט אױף דער װעלט דורך דעם שפּאַקטיװ פֿון דער ייִדישער היסטאָרישער דערפֿאַרונג בעת דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט.
אײדער ער האָט זיך קונה־שם געװען אין ליטעראַטור אין די 1990ער יאָרן, האָט אַנזשעל װאַגענשטײן דורכגעלעבט אַ לעבן פֿול מיט שטורעמדיקע און דראַמאַטישע געשעענישן. ער איז געבױרן געװאָרן אין אַן אָרעמער בעל־מלאכישער משפּחה אין 1922 אין פּלאָװדיװ, דער אוראַלטער שטאָט מיט אַ רײַכער געשיכטע. אין משך פֿון הונדערטער יאָרן האָבן דאָ געלעבט גריכן, ציגײַנער, אַלבאַנצעס, אַרמענער, בולגאַרן, װי אױך ייִדישע פּליטים פֿון שפּאַניע. זײַנע קינדער־יאָרן האָט װאַגענשטײן פֿאַרבראַכט אין פּאַריז, װײַל זײַנע לינק־געשטימטע עלטערן האָבן עמיגרירט צוליב פּאָליטישע טעמים. ערבֿ דער צװײטער װעלט־מלחמה האָט זיך װאַגענשטײן אומגעקערט קײן בולגאַריע און איז פֿאַרטאָן געװאָרן אין דער אונטערערדישער קאָמוניסטישער יוגנט־באַװעגונג.
בעת דער מלחמה איז בולגאַריע געװען אױף היטלערס צד, און װאַגענשטײן איז אַרײַן אין אַן אונטערערדישער פּאַרטיזאַנישער אָרגאַניזאַציע. מען האָט אים געכאַפּט און פֿאַרמישפּט צום טױט, אָבער ער איז געראַטעװעט געװאָרן דורך דער רױטער אַרמײ. נאָך דער מלחמה האָט װאַגענשטײן שטודירט אינעם מאָסקװער אינסטיטוט פֿון קינעמאַטאָגראַפֿיע און לאַנגע יאָרן געשריבן סצענאַרן פֿאַר פֿילמען אין פֿאַרשידענע לענדער פֿונעם סאָװעטישן בלאָק. ערשט אין די 1990ער יאָרן, װען ער איז שױן געװען אין די זיבעציקער, האָט װאַגענשטײן אָנגעהױבן זײַן ליטעראַרישע קאַריערע.
װאַגענשטײן איז אַ שרײַבער אַן עפּיקער. זײַן טרילאָגיע, װאָס באַשטײט פֿון די ראָמאַנען „יצחקס חומש‟, „װײַט פֿון טאָלעדאָ‟ און „זײַ געזונט, שאַנכײַ‟, באַהאַנדלט די געשיכטע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט פֿון דרײַ פֿאַרשידענע שטאַנדפּונקטן און אין פֿאַרשידענע סטילן. דער העלד פֿונעם ערשטן ראָמאַן איז אַ פּשוטער גאַליציאַנער ייִד, װאָס מאַכט אַדורך אַלע שבעת־מדורי־גיהנום — פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה ביזן נאַציסטישן חורבן, און דעם סאָװעטישן „גולאַג‟.
דער צװײטער ראָמאַן איז אָנגעשריבן אין אַן אױטאָביאָגראַפֿיש־לירישן סטיל. דער דערצײלער קומט צוריק קײן פּלאָװדיװ, דער שטאָט פֿון זײַן קינדהײט װאָס װעקט אױף זכרונות. דער נאָסטאַלגישער כּוח־הדמיון פֿאַרװאַנדלט די פּאָסט־קאָמוניסטישע בולגאַרישע פּראָװינץ־שטאָט אין אַ מין פֿאַרלױרענעם גן־עדן, װוּ פֿאַרשידענע פֿעלקער און רעליגיעס האָבן געלעבט אין אײנעם בשלום. יעדע עדה האָט אָפּגעהיט איר ירושה און טראַדיציעס, אָבער די דאָזיקע חילוקים האָבן זײ ניט געשטערט צו טײלן זיך מיט זײערע שׂימחות און צרות. די האַנדלונג פֿונעם דריטן ראָמאַן פֿון דער טרילאָגיע קומט פֿאָר אין שאַנכײַ אונטער דער יאַפּאַנישער אָקופּאַציע בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה, און דער דאָזיקער ראָמאַן איז אָנגעשריבן אינעם זשאַנער פֿון שפּיאָנישער אַװאַנטורע.
אײניקע קריטיקער פֿאַרגלײַכן װאַגענשטײנען מיטן טשעכישן שרײַבער יאַראָסלאַװ האַשעק, דער מחבר פֿונעם ראָמאַן װעגן דעם בראַװן זעלנער שװײק, װי אױך מיט יצחק באַשעװיס. װאַגענשטײן פֿאַרמאָגט אַ שטאַרקן דערצײלערישן טאַלאַנט, װאָס העלפֿט אים אונטערצוהאַלטן די שפּאַנונג אין זײַנע לאַנגע מעשׂיות. עס פֿילט זיך אַ געניטע האַנט פֿון אַ פֿילם־שרײַבער, װעלכער זאָרגט זיך פֿאַרן טעמפּאָ און פֿאַקטור פֿון זײַן מאַטעריאַל. זעט אויס, ער שרײַבט גיך, ניט שלײַפֿנדיק יעדעס װאָרט און יעדע שורה. ער איז ניט קײן קפּדן לגבי דעם סטיל און דער בילדערישער שפּראַך. װאַגענשטײנס פּראָזע האָט אַ היפּש ביסל שאַבלאָנען און קלישעען. כּדי צו באַלעבן דעם סיפּור־המעשׂה, װאַרפֿט ער דאָ און דאָרטן אַרײַן אַלטע ייִדישע װיצן, װאָס ער נעמט מסתּמא פֿון זאַמלביכער פֿון ייִדישן הומאָר. אַזאַ מין ליטעראַרישער מעטאָד פּאַסט בעסער פֿאַר קינאָ, אײדער פֿאַר שײנער ליטעראַטור.
דער דערפֿאָלג פֿון װאַגענשטײנס ראָמאַנען, װעלכע זײַנען איבערגעזעצט געװאָרן אין עטלעכע שפּראַכן, ענגליש און רוסיש בתוכם, איז אַ סימן פֿון דער פּאָפּולערקײט פֿון דער ייִדישער טעמע אין דער אײראָפּעיִשער ליטעראַטור. דער ייִדישער העלד פֿאַרקערפּערט די ביטערע געשיכטע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, װאָס איז געװען פֿול מיט הריגות, רדיפֿות, גלות, און דלות. די, װאָס זײַנען געבליבן לעבעדיק נאָך אַלע צרות, טראָגן אין זיך ליבע, בטחון און אָפּטימיזם. ניט געקוקט אױף אַלע אומגליקן, זײַנען די העלדן פֿון װאַגענשטײנס ראָמאַנען גליקלעכע מענטשן.
אַזױ אָדער אַנדערש איז יעדער העלד זײַנער אַ גילגול פֿונעם מחבר, אַפֿילו װען אַלע אומשטאַנדן און פּרטים זײַנען אַנדערש. װאַגענשטײן האָט איבערגעלעבט סײַ די פֿאַשיסטישע דיקטאַטור, סײַ דעם קאָמוניסטישן רעזשים, און איז פֿאַרבליבן געטרײַ דעם סאָציאַליסטישן אידעאַל. איצט איז ער ביכולת אַרומצוקוקן דעם גאַנצן פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט אין דער לענג און אין דער ברײט, פֿון אײן עק װעלט ביזן אַנדערן, פֿון גאַליציע ביז סיביר און פֿונעם שװאַרצן ים ביזן כינעזישן ברעג. זײַנע העלדן זײַנען אײנצײַטיק אי אַקטיװע אָנטײלנעמער אין די היסטאָרישע געשעענישן, אי זײַטיקע אָבסערװאַטאָרן. װאַגענשטײנס פֿיגורן זײַנען „אײביקע ייִדן‟, הײמלאָזע װאַנדערער און אומשטערבלעכע קרבנות.
אַזאַ מין „קינעמאַטאָגראַפֿישע‟ ליטעראַטור לאָזט זיך לײענען גיך, װײַל מען קאָן דורכקוקן זײַטן באַלכסון און ניט לײענען אײנצלנע שורות. פֿון יעדן ראָמאַן װאָלט מען געקאָנט מאַכן אַ פֿילם אָדער אַ סעריע עפּיזאָדן פֿאַר טעלעװיזיע. װאַגענשטײן זאָגט, אַז ער איז מקנא די שרײַבער, װאָס קענען דערצײלן קורצע מעשׂיות. אַנשטאָט דעם פֿירט ער אונטער די גרױסע היסטאָרישע סך־הכּלען פֿונעם גאַנצן יאָרהונדערט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.