אַ סך האָט זיך שוין געביטן אין די „קעטסקיל־בערג‟ זינט די יאָרן, ווען ס׳איז געווען דאָס באַקאַנטסטע ייִדישע וואַקאַציע־אָרט אין לאַנד. אָבער עטלעכע זאַכן זענען פֿאַרבליבן, צווישן זיי — די „מאָנטיסעלאָ בייגל־בעקערײַ‟.
די בעקערײַ איז איינע פֿון די זיבן, וועלכע אָרגאַניזירן אַ בייגל־פֿעסטיוואַל, וואָס דאַרף פֿאָרקומען אויף בראָדוויי אינעם דאָרף מאָנסטיסעלאָ, נ״י, סוף־אויגוסט.
דזשעף סיגל, אַן אָרטיקער „פֿאַרווײַלונג און פּראָדוקציע־ספּעציאַליסט‟, איז דער גרינדער פֿון דער אונטערנעמונג. סיגל האָט אַפֿילו איבערצײַגט דעם ניו־יאָרקער שטאַט־סענאַט אָנצונעמען אַ רעזאָלוציע, וואָס אָנערקענט דאָס שטעטל אָפֿיציעל ווי „די בייגל־קרוינשטאָט‟ און „אַ וועלט־סימבאָל פֿון ראַפֿינירטע געבעקסן‟. סיגל באַמיט זיך צו מאַכן דעם בייגל־פֿעסטיוואַל פֿאַרן גרעסטן אין אַמעריקע.
„דאָ וווינט דער מענטש, וועלכער האָט אויסגעטראַכט די בייגל־פּראָדוצירנדיקע מאַשין,‟ האָט סיגל איבערגעגעבן דער אָרטיקער צײַטונג Times Herald Report.
לויט אַן אַרטיקל אין יאָר 1988, אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, האָט לויִס וויטשינסקי, פֿון אַ דערבײַיִקן שטעטל, הערליוויל, צוגעטראַכט אַ מאַשין אין 1964, וואָס האָט, אַ פּנים, געקאָנט פּראָדוצירן 600 בייגל אַ שעה. הגם וויטשינסקי האָט שפּעטער אַנטדעקט, אַז אַ צווייטער האָט אויסגעטראַכט כּמעט די זעלבע מאַשין, האָט ער באַקומען אַ פּאַטענט פֿאַר זײַן אייגענער המצאה, אויפֿן סמך פֿון איין אונטערשייד: זײַנע איז געווען אויסגעשטאַט מיט אַ קנעטברעט.
אויפֿן צוויי־טאָגיקן פֿעסטיוואַל, וואָס וועט זיך אָנהייבן דעם 16טן אויגוסט, וועט מען אויסשטעלן און פֿאַרקויפֿן האַנטאַרבעט־און־קונסט און סקולפּטורן; הערן מוזיק פֿון אַ קאַפּעליע, און אויספּרוּוון די בייגל פֿון פֿאַרשידענע בעקערײַען. מע וועט אויך מאַרשירן אין אַ בייגל־פּאַראַד.
סיגל האָפֿט, אַז מאָנטיסעלאָ וועט אויך אײַנגעשלאָסן ווערן אינעם „גינעס־בוך פֿון וועלט־רעקאָרדן‟ דורך דעם שאַפֿן די גרעסטע קייט פֿון אמתע בייגל, ווי אויך דעם גרעסטן שלום־סימבאָל, געמאַכט פֿון בייגל, לכּבֿוד דעם יאָרטאָג פֿונעם וועלט־באַרימטן „וווּדסטוּק־פֿעסטיוואַל‟, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין די „קעטסקיל־בערג‟ דעם 15טן אויגוסט 1969.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.