דאָס ייִדישע לעבן אין אַמעריקע מאַכט דורך ממשותדיקע ענדערונגען הײַנטיקע צײַטן: די אַלץ־וואַקסנדיקע צאָל געמישטע חתונות; די ירידה פֿון די בײַשטײַערס פֿאַר טראַדיציאָנעלע ייִדישע צדקה־אָרגאַניזאַציעס, און אַ מער קריטישער צוגאַנג צו דער פּאָליטיק פֿון מדינת־ישׂראל.
אָבער איין רעוואָלוציאָנערע ענדערונג, וואָס האָט ביז איצט נישט אַרויסגערופֿן קיין גענוג גרויסן אויפֿמערק איז דער בײַט אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער מוזיק, בפֿרט אין שײַכות מיטן דאַווענען.
אַמאָל פֿלעגט אין שיל אָנפֿירן מיט די תּפֿילות אַן אויסגעשולטער חזן, אָבער הײַנט איז דאָס אַ זעלטענע זאַך. אַלץ מער סינאַגאָגעס ווילן גיכער, אַז איינער פֿון די אייגענע מתפּללים זאָל דאָס טאָן, אויף אַן אומפֿאָרמעלן אופֿן, אימפּראָוויזירט, און אין די ליבעראַלע סינאַגאָגעס — באַגלייט מיט דער גיטאַר. מע קאָן באַצייכענען די ענדערונג ווי די „ירידה פֿון דעם פּראָפֿעסיאָנעלן חזנות‟.
אַ נײַע וועבזײַט (//cantorate.wesleyan.edu/) גיט איבער די פּרטים וועגן די ענדערונגען, אויפֿן סמך פֿון אַ פֿאַרכאַפּנדיקער פֿאָרשונג דורכגעפֿירט פֿון מאַרק סלאָבין, פּראָפֿעסאָר פֿון מוזיק און אַמעריקאַנער שטודיעס אין וועזליִאַן־אוניווערסיטעט, און מאַרק קליגמאַן, פּראָפֿעסאָר פֿון מוזיקאָלאָגיע אין „היברו יוניאָן קאָלעדזש‟.
פּונקט אַזוי ווי ש. אַנ־סקי, מיט זײַן פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציע, איז ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה געפֿאָרן איבער די ייִדישע שטעטלעך פֿון רוסלאַנד, האָבן סלאָבין, קליגמאַן און זייערע אַסיסטענטן אויסגעפֿרעגט זייערע אינפֿאָרמאַנטן פֿאַרשידענע פֿראַגעס וועגן די חזנים, ווי, למשל: וואָס טראַכט דער ראַבינער אָדער רבֿ פֿונעם חזן? וואָס פֿאַר אַ מין הוואיות מאַכט דער חזן מיט די הענט? ווי אַזוי קליידט ער זיך? צי זינגען די מתפּללים מיט מיט אים? אָדער פֿאָנפֿען זיי בלויז צו, אָדער זינגען בכלל נישט מיט?
הגם די שטודיע איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין 1984־1986, שטעלן די פֿאָרשער זייערע אַטנדעקונדען אין אַ היסטאָרישן קאָנטעקסט, וואָס ווײַזט זייער קלאָר ווי אַזוי די שפּראָצונגען פֿון יענע ענדערונגען שפּילן זיך הײַנט אויס אין די סינאַגאָגעס איבערן לאַנד.
זיי גיבן איבער פֿאַלן, וווּ רבנים קריטיקירן שאַרף זייערע חזנים פֿאַר זאָרגן זיך מער וועגן דעם מצבֿ פֿון זייער קול, איידער דעם צושטאַנד פֿון דער קהילה. איין רבֿ דריקט אויס אַן אַנטוישונג, וואָס דער חזן פֿירט אַ לוקסוס־אויטאָ איבער דער געגנט, וואָס „פּאַסט נישט‟ פֿאַר אַ גײַסטיקן פֿירער. די חזנים, פֿון זייער זײַט, באַקלאָגן זיך, וואָס די רבנים שאַצן נישט אָפּ ווי שווער זיי האָרעווען, און אַז זיי — די רבנים — קלערן מסתּמא, אַזוי ווי די מתפּללים: „וואָס טוט דער חזן אַ גאַנצע וואָך?‟
סײַ די חזנים, סײַ די ראַבינער, דריקן אָבער ביידע אויס זאָרג וועגן דער קולטורעלער עם־האָרצות פֿון זייערע מתפּללים; וועגן דעם דוחק פֿון שטענדיקע שיל־גייער, און וועגן דעם, אַז דער טראַדיציאָנעלער נוסח פֿון אַ שיל איז הײַנט „אַ פֿאַרלוירענע קונסט‟.
די מענטשן, וואָס גייען הײַנט אין שיל „איז ליבער די אומפֿאָרמאַליטעט פֿון אַ קליינעם צימער אין אַ ׳חבֿורה׳, וווּ זיי קענען זינגען מיט פֿאַלשע נאָטן, אויב זיי ווילן,‟ באַמערקט איין חזן אין 1986. אַ צווייטער זאָגט, אַז „מע פֿאַרבײַט דעם טראַדיציאָנעלן חזן מיט איינעם וואָס מוטיקט דעם עולם מיטצופּליעסקען מיט די הענט, און איבערצוחזרן די זעלבע פֿראַזע, גלײַך ווי אַ קאָמערציעלע לאָזונג‟ — אַלץ כּדי אַרײַנצוציִען די באַטייליקונג פֿונעם עולם. אַ דריטער חזן דערקלערט, אַז „דאָס אַרײַננעמען חזנטעס — איז דער אָנהייב פֿונעם סוף פֿון חזנות; ס׳וועט זיכער אויסשטאַרבן‟.
די לעצטע באַמערקונג איז, צום גליק, נישט פֿאָרגעקומען. ווי מע זעט הײַנט אין אַ וואַקסנדיקער צאָל סינאַגאָגעס, פֿירן פֿרויען דווקא אָפֿט אָן מיטן רעדל — סײַ ווי ראַבינערטעס, סײַ ווי חזנטעס.
נישט געקוקט אויף דעם, ווײַזט די שטודיע פֿון די 1980ער יאָרן, אַז די ענדערונגען אינעם דאַווענען, די טראַדיציעס און דער קהילה, זענען פֿאַרבליבן מיט אונדז און אַנטוויקלען זיך ווײַטער.
דאָס ליד „תּפֿילת הדרך‟, געזונגען פֿון חזנטע דזשודי גרינפֿעלד און סו עפּשטיין, אינעם קאָמפּאַקטל Leap of Faith.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.