וועגן מילעכיקס, אָדער מילכיקס, איז דאָ אַ סך צו שרײַבן. אָט האָט דאָך שלום־עליכם וועגן דעם אַ גאַנצע דערציילונג: „מילכיקס: אַ מאָנאָלאָג פֿון אַ כּתרילעווקער פֿרעסער” (1903). די כּתרילעװקער פֿרעסערס עסן טאַקע „קדחת אין אַ קליין טעפּעלע”, נאָר זיי זענען פֿאָרט גרויסע מבֿינים אויף עסן. לאָמיר לײענען דעם ערשטן פּאַראַגראַף פֿון דער דערציילונג:
„אַ חכם, הערט איר, איז געווען דער, וואָס האָט אײַנגעפֿירט אַ מינהג, אַז שבֿועות אין דער פֿרי זאָל מען עסן מילכיקס. וואָרעם, לאָמיר זיך ניט נאַרן, וואָס קאָן זײַן בעסער און פֿרישער און זיסער און געשמאַקער און וועלוועלער פֿון מילכיקס? אמת, צו מילכיקס באַדאַרף מען אויך האָבן געלט, נאָר ווי קומט דאָס צו פֿלייש? בײַ פֿלייש איז פֿאַראַן פֿלייש און פֿאַראַן ביינער; און מילכיקס האָט אין זיך מילך און קעז און פּוטער און סמעטענע און פּידסמעטענע און זויערמילך און סראָוועטקע… הײַנט נעמט די מאכלים, וואָס מע קאָן מאַכן פֿון מילכיקס. פֿון פֿלייש האָט איר אַ יויך, אַ ראָסלפֿלייש, אַן עסיקפֿלייש, אַ געבראָטנס — און שוין… פֿון מילך, אָבער, האָט איר קאַשע מיט מילך, לאָקשן מיט מילך, רײַז מיט מילך און טייגלעך מיט מילך און באַלאַבעשקעס מיט מילך און פֿאַרפֿל מיט מילך און גלאַט מילך; הײַנט די מאכלים פֿון קעז און פּוטער האָבן דען אַ שיעור? באַרעכנט נאָר: קרעפּלעך און וואַרעניקעס און וואַרניטשקעס און אַ קוגל און אַ מאַהינע און אַ טייגעכץ און קנישעס און ווערטליקעס און ווערטוטן. און וויפֿל איז פֿאַראַן מאכלים, וואָס מע קען זיך נישט אָנגעדענקען? למשל: קאָרזש מיט קעז, מאַסליטשקענע קאַשע און פֿיש געפּרעגלטע אויף פּוטער און אַ באָרשט אַ מילכיקער און ראַזשענקע און מאַסלינקע — אַלץ אַזעלכע פּאָטראַוועס, וואָס קיינער זאָגט זיך פֿון זיי ניט אָפּ, סײַדן שוין גאָר אַן אָפּגעריסענער נאַר, וואָס מע באַדאַרף אים געבן קײַען שטרוי…״
מילעכיקס הייבט זיך אָן, פֿאַרשטײט זיך, פֿון מילעך, אָדער מילך. פֿון וואַנעט זשע נעמט מען מילעך? פֿון אַ בהמה. אין פּרינציפּ קען מען קריגן מילעך פֿון יעדער זויג־חיה, אָבער צום אָפֿטסטן, לכל־הפּחות אין אייראָפּע, קומט מען אָן צו קי, ציגן און שעפּסן. (פֿאַר וואָס מע מעלקט נישט קיין חזירים בײַ די פֿעלקער וואָס האָדעווען זיי איז אַ מעשׂה פֿאַר זיך, וואָס איך שעם זיך אײַך איבערצודערציילן…) פּונקט ווי מיר האָבן שוין געזען, אַז דאָס באַקן און עסן ברויט האָט זיך ערשט אָנגעהויבן מיט אַ צען טויזנט יאָר צוריק, ווען דער מענטש האָט זיך אויסגעלערנט די קונסט פֿון אַגריקולטור, שטאַמט דאָס טרינקען מילעך (חוץ דער מאַמעס מילעך, פֿאַרשטייט זיך) פֿון דער צײַט ווען מענטשן האָבן פֿאַרהיימישט בהמות וואָס מעלקן זיך. לאָמיר אויך נישט פֿאַרגעסן, אַז אויף דער וועלט זענען פֿאַראַן גרויסע שטחים, וווּ מע עסט נישט קיין מילעכיקס, ווײַל ס’רובֿ דערוואַקסענע פֿאַרטראָגן נישט קיין מילעך־צוקער, איז בײַ זיי מילעך (דער מאַמעס) בלויז פֿאַר קינדער. אָבער אייראָפּע איז דער יוצא־מן־הכלל — דאָרטן קענען ס’רובֿ יאָ פֿאַרדײַען מילעך־צוקער. דאָס וואָס אַ סך ייִדן, ווי דער שרײַבער פֿון די שורות, האָבן נאָך אַלץ נישט־אייראָפּעיִשע גענען און פֿאַרטראָגן נישט קיין מילעך הייסט, אָבער, נישט, אַז קיין מילעכיקס עסן מיר נישט.
די ווערטער פֿאַר ‘מילעך’ זענען גאַנץ טשיקאַווע: דאָס ייִדישע „מיל(ע)ך”, דאָס דײַטשישע Milch, דאָס ענגלישע milk, דאָס האָלענדישע melk וואַקסן אַלע פֿון אַן אַלטן, אינדאָאייראָפּעיִשן שורש ־melg. דער איבערגאַנג פֿון k אויף ch בײַ ייִדן און דײַטשן איז נאָרמאַל. אָבער וואַרט, איר זענט נאָך נישט פֿאַרטיק: דער ווערב איז „מעלקן”/melken, אָן דעם איבערגאַנג פֿון ק אויף כ, בשעת אויף ענגליש איז אויכעט דאָ דאָס וואָרט milch cow ‘קו וואָס גיט מילעך’, מיט ch פֿאַר k.
אויך בײַ די סלאַוון לעבט דער שורש: טשעכיש mléko, סלאָוואַקיש mlieko, פּױליש mleko, רוסיש moloko. טשיקאַווע, וואָס די סלאַוון האָבן פֿאַר ‘מעלקן’ אין גאַנצן אַן אַנדער וואָרט: טשעכיש dojit, סלאָוואַקיש dojiť, פּױליש doić, רוסיש doiť. דער דאָזיקער שורש איז אויך דאָ אין פּערסיש, אָבער מיט אַן אַנדער קנייטש: daja ׳(נ)אַם׳; דאָס איז, אַ פּנים, אויך דער אָבֿ פֿונעם אונגערישן tej ‘מילעך’, וואָס מע רעדט אַרויס כּמעט אַזוי ווי „טיי”! און כאָטש אונגעריש האָט בײַ די פּערסן אַנטליגן דאָס וואָרט פֿאַר ‘מילעך’, האָט עס דווקא אַ היימיש וואָרט פֿאַר ‘מעלקן’: fej. גיי פֿאַרשטיי פֿאַר וואָס ‘מעלקן’ איז אַרײַן פֿריִער פֿאַר ‘מילעך’…
בײַ די ראָמאַנען איז דאָ אַן אַנדער שורש: פֿונעם לאַטײַנישן lac, lacte וואַקסן דאָס פּאָרטוגאַלישע leite, דאָס שפּאַנישע leche, דאָס פֿראַנצייזישע lait, דאָס איטאַליענישע latte און דאָס רומענישע lapte. דאָס לאַטײַנישע איז, פֿאַרשטייט זיך, דער מקור פֿונעם וואָרט „לאַקטאָז” ‘מילעך־צוקער’. דאָס גרעקישע galá איז אויך אַ גליד פֿון דער משפּחה און האָט אויך אַ היסטאָריע פֿאַר זיך: די זאַמלונג פּלאַנעטן, שטערן אאַז”וו וווּ ס’געפֿינט זיך די ערד הייסט דאָך דער „מיל(ע)כוועג” אָדער „מיל(ע)כשטעג”, וואָס ער האָט אַזאַ נאָמען וואָרן ער זעט אויס ווי מילעך. דער דאַכטערמין דאָ איז „גאַלאַקסיע” אָדער „גאַלאַקטיק” (ענגליש galaxy), וואָס זיי נעמען זיך פֿונעם גרעקישן וואָרט פֿאַר ‘מילעכיק’. איז די ענגלישע פֿראַזע Milky Way galaxy אַ מאָדנער פּלעאָנאַזם, טײַטש ‘מילעכוועג־מילעכוועג’…
דער ייִדישער פֿאָלקלאָר איז פֿול מיט מילעך. אינעם „אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך” געפֿינט מען צוו”אַ אָט וואָס:
בלוט און מילעך — ‘געזונט און שיין’
מישטיינס געזאָגט אַ מענטש — בלוט און זויערמילך [פּאַראָדיע פֿונעם פֿריִערדיקן]
דאָס אייבערשטע פֿון דער מילעך — ‘דאָס בעסטע’
ווי מילעך — ׳אַ סך׳
קוועלן ווי אַ בולקע אין דער מילעך — ‘שעפּן גרויס נחת’
פֿויגל־מילעך — ‘אַ זעלטן גוטע זאַך’
וואָס קומט אַרויס פֿון דער גוטער קו וואָס גיט אַ סך מילעך, אַז זי שלאָגט דערנאָך דאָס שעפֿל אַרויס?
ציגענע מילעך, אייזל־מילעך, מאַנדל־מילעך, סראָוועטקע, קעז, סמעטענע, זויער־מילעך — אַנדערע מינים מילעכיקס
ליכטיק ווי מילעך
אויסזען ווי אין מילעך געקאָכט — ׳קראַנק׳
די מילעך בריִעט זיך, די קאַשע פּריִעט זיך און דאָ בין איך איין מענטש אַליין און אין מאַרק מוז מען אויך גיין — ‘זײַן פֿאַריאָגט’
וויסן ווי די קאַץ פון סמעטענע/זויערמילך — ׳נישט וויסן׳,
ווי (אַרויסציִען) אַ האָר פֿון (דער) מילעך — ‘זייער גרינג’
אַרײַנפֿאַלן ווי אַ קאַץ אין סמעטענע/ווי אַ מויז אין זויערמילך — ‘אַרײַנפֿאַלן אין אַ שמאַלצגרוב’
נעמט אַראָפּ די סמעטענע און לאָזט פֿאַר יענעם די זויערמילך — ‘אַ חזיר, וויל זיך מיט קיינעם נישט טיילן’
עס פֿעלט אים נישט פֿון קיין פֿויגלמילך — ‘ס’פֿעלט אים גאָרנישט’
אויסזען ווי אַ שיף מיט זויערמילך וואָלט אים אונטערגעגאַנגען — ‘אויסזען טרויעריק אומבאַרעכטיקטערהייט’
האָסט ליב סמעטענע, פֿאַרזוך אויך אַ ביסל זויערמילך — ‘מוזסט פֿאַרדינען דאָס וואָס דו פֿאַרלאַנגסט’
עס אַנטפֿאַלט/אַנטרינט/פֿאַלט אײַן דער מאַמעס מילעך — ‘האָבן שטאַרק מורא
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.