די שטורעמדיקע געשעענישן פֿון דער רוסישער רעװאָלוציע און דעם בירגער־קריג האָבן געבראַכט אַ סך לײַדן דער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון אוקראַיִנע, בפֿרט אין די שטעטלעך און ייִשובֿים פֿון די דרומדיקע געגנטן. ייִדן האָבן געליטן, קודם־כּל, פֿון די רוסישע „װײַסע‟, װעלכע האָבן זיך געשלאָגן קעגן די רעװאָלוציאָנערע „רױטע‟, װי אױך פֿון די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן, פּױלישע לעגיאָנערן און כּלערלײ באַנדיטן. צומאָל זײַנען אױך די רױט־אַרמײער געװען שולדיק אין פּאָגראָמען, הגם דאָס איז געװען קעגן דער פּאָליטיק פֿון די באָלשעװיקעס.
די פּאָליטישע, מיליטערישע און עקאָנאָמישע סיטואַציע אין אוקראַיִנע צװישן די יאָרן 1917 און 1921 איז געװען ביז גאָר קאָמפּליצירט און ניט סטאַביל. עס האָבן זיך דאָ געשלאָגן פֿאַרשידענע כּוחות, יעדער אײנער מיט זײַן אייגענעם ציל. די רױטע אַרמײ האָט געװאָלט אױפֿשטעלן די סאָװעטישע מאַכט, די „װײַסע‟ האָבן געװאָלט אומקערן אוקראַיִנע אינעם באַשטאַנד פֿון רוסלאַנד, די נאַציאָנאַליסטן האָבן זיך געשלאָגן פֿאַר נאַציאָנאַלער אומאָפּהענגיקײט, די דײַטשן האָבן זיך גענײטיקט אין אוקראַיִנישע רעסורסן, כּדי װײַטער אָנצוגיין מיט דער מלחמה אױפֿן מערבֿדיקן פֿראָנט און די פּאָליאַקן האָבן געחלומט מחיה־מתים צו זײַן די אַלטע „רזשעטש־פּאָספּאָליטאַ‟ פֿונעם באַלטישן ביזן שװאַרצן ים.
אָבער די סאַמע ראַדיקאַלע פּאָליטישע פּראָגראַם איז געװען בײַ די אַנאַרכיסטן. זײ האָבן בדעה געהאַט צו שאַפֿן אַ נײַע פֿרײַע געזעלשאַפֿט אָן שום מאַכט־אָרגאַנען, עקאָנאָמישער אָדער פּאָליטישער אונטערדריקונג. דערפֿאַר זײַנען זײ געװען אי קעגן די „רױטע‟, אי קעגן די „װײַסע‟, אי קעגן די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן, די דײַטשן, און די פּאָליאַקן. מקײם צו זײַן דעם דאָזיקן אוטאָפּישן פּלאַן איז אױסגעפֿאַלן דעם פּשוטן פּױער מיטן נאָמען נעסטאָר מאַכנאָ, דעם ראָש פֿון אַן אַנאַרכיסטישער רעפּובליק אין זײַן הײמשטעטל הולײַ־פּאָליע אין דרום־מיזרח אוקראַיִנע.
מאַכנאָס זכרונות, װאָס ער האָט אָנגעשריבן שױן נאָך אַלעמען אין די 1920ער אינעם פּאַריזער גלות, געהערן צו די סאַמע אינטערעסאַנטע דאָקומענטן פֿון יענער תּקופֿה. אַװדאי איז דאָס ניט קײן אָביעקטיװער און פֿאַרלאָזלעכער היסטאָרישער מקור, אָבער דאָס דאָזיקע בוך עפֿנט פֿאַרן לײענער די אינערלעכע װעלט פֿון אײנער פֿון די סאַמע אײגנאַרטיקע פֿיגורן פֿון יענער צײַט. טיף אין האַרצן איז נעסטאָר מאַכנאָ געװען אַן אידעאַליסט, אָבער דערבײַ איז ער אויך געװען זײער אַ פּראַקטישער מענטש. ער האָט זיך ניט אָפּגעשטעלט פֿאַרן הרגענען מענטשן, װען ער האָט געגלייבט, אַז זײ שטײען אױפֿן װעג פֿון זײַן אידעאַל, אָבער דערבײַ האָט ער געהאַט אַ שאַרפֿן מאָראַלישן חוש פֿאַר סאָציאַלן יושר.
די „ייִדישע פֿראַגע‟ איז פֿאַר מאַכנאָ געװען אַ װיכטיקער ענין סײַ פּראַקטיש און סײַ טעאָרעטיש. די ייִדן האָבן געשפּילט אַ בולטע ראָלע אין דער אַנאַרכיסטישער באַװעגונג, און ייִדיש איז געװען אַ װיכטיקע שפּראַך אין דער אַנאַרכיסטישער ליטעראַטור. אין דער רוסישער תּפֿיסה, װוּ מאַכנאָ האָט פֿאַרבראַכט בערך צען יאָר, אײדער ער איז באַפֿרײַט געװאָרן אין 1917, האָט ער זיך אַ סך געלערנט בײַ די ייִדישע טעאָרעטיקער פֿון אַנאַרכיזם, הגם ער האָט זיך שפּעטער כּסדר געהאַלטן פֿאַר אַן עם־הארץ אין דער דאָזיקער תּורה.
אינעם אָפֿיציעלן סאָװעטישן נוסח פֿון דער געשיכטע בעתן בירגער־קריג האָט מאַכנאָ אַ שלעכטן שם. מען האַלט אים שולדיק פֿאַר די סאַמע בלוטיקע פּאָגראָמען און רציחות. אָבער דערבײַ דערמאָנט מען ניט, אַז מאַכנאָ האָט ניט נאָר געהאַט ייִדן צװישן זײַנע נאָענטע מיטאַרבעטער, װי למשל, דער קאָמאַנדיר פֿון זײַן קאָנטר־אױסשפּירונג־דינסט לעװ זאַדאָװ, נאָר אַז ער האָט אױך געשאַפֿן אַ באַזונדערן ייִדישן אָפּטײל אין זײַן אַרמײ, װאָס האָט פֿאַרטײדיקט די הולײַ־פּאָליער רעפּובליק.
די באַציִונגען צװישן מאַכנאָ און ייִדן זײַנען ניט געװען גלאַטיק. אין הולײַ־פּאָליע און אין די סבֿיבֿות האָבן געװױנט סײַ עטלעכע רײַכע ייִדן, די אײגנטימער פֿון מילן און פֿאַבריקן, סײַ אַ סך אָרעמע ייִדישע קאָלאָניסטן. דער בעל־הביתּישער שטאַנד האָט ניט געהערט צו די חסידים פֿון דער אַנאַרכיסטישער קאָמונע, אָבער די אָרעמע קאָלאָניסטן האָבן ניט געהאַט קײן ברירה און האָבן געשטיצט מאַכנאָ, כאָטש ער איז אָפֿטמאָל ניט געװען בכּוח צו פֿאַרטײדיקן זײ פֿון פּאָגראָמען.
אין דער פּאַריזער עמיגראַציע האָט מאַכנאָ אָנגעשריבן אַ ספּעציעלן אַרטיקל װעגן זײַן באַציִונג צו דער „ייִדישער פֿראַגע‟, כּדי צו ענטפֿערן אױף די באַשולדיקונען אין אַנטיסעמיטיזם און פּאָגראָמען. ער האָט דערמאָנט אַ צאָל פֿאַלן, װען ער האָט באַשוצט די ייִדן פֿון פּאָגראָמען און באַשטראָפֿט די פּאָגראָמשטשיקעס. ער האָט צעטײלט געװער צװישן די ייִדישע קאָלאָניסטן און געפֿורעמט אַ ספּעציעלן ייִדישן אַרטילעריע־אָפּטײל אין זײַן אַרמײ. מאַכנאָ שרײַבט מיט שטאָלץ: „פּונקט װי אַלע פּױערים, שיקן ייִדן זײערע זין אין דער רעװאָלוציאָנערער אַרמײ פֿון אוקראַיִנע‟.
מען קאָן אָפֿטמאָל לײענען אין פֿאַרשידענע פּאָפּולערע ביכער, אַז מאַכנאָ איז אַרױס מיטן לאָזונג „נידער די זשידעס און קאָמוניסטן!‟, אָבער ער זאָגט פֿאַרקערט, אַז דאָס איז געװען דער לאָזונג פֿון זײַן בלוט־שׂונא, דעם װײַסן גענעראַל שקוראָ. װען שקוראָ האָט פֿאָרגעלײגט צו מאַכן אַ יד־אחת מיט מאַכנאָ, האָט יענער אים אָפּגעענטפֿערט אין זײַן צײַטונג. מאַכנאָ שרײַבט װײַטער: „אָבער דאָס איז געװען װײניק. מען האָט געדאַרפֿט װײַזן דעם רוסישן מענטש, װי אַזױ די רעװאָלוציאָנערע מאַכנאָװצעס באַציִען זיך צו די ׳זשידעס׳. און דאָס האָבן אים געװיזן די ייִדישע אַרטילעריסטן מיט זײער קאָמאַנדיר שנײַדער בראָש.‟
מאַכנאָס אַרמײ האָט שטאַרק געהאָלפֿן די באָלשעװיקעס אין זײער קאַמף קעגן די „װײַסע‟. מאַכנאָ טענהט, אַז די אַנאַרכיסטן האָבן זיך געשלאָגן אַ סך בעסער פֿון די „רױטע‟, און מען האָט זײ ספּעציעל געשיקט אין די סאַמע געפֿערלעכע שלאַכטן. אָבער װען די רױטע אַרמײ, צוזאַמען מיט מאַכנאָ, האָט פֿאַרכאַפּט קרים, האָט ער געמוזט אַנטלױפֿן, ווײַל די „רויטע‟ האָבן אים געוואָלט הרגענען. לכתּחילה איז זײַן וועגן געלעגן קײן רומעניע און דערנאָך קײן פֿראַנקרײַך, װוּ ער האָט געלעבט אין אָרעמקײט און נויט. מאַכנאָ איז באַגראָבן געװאָרן אױף דעם צװינטער פֿון פּאַריזער קאָמונאַרן „פּער־לאַשעז‟, אָבער זײַן אַלמנה און טאָכטער זײַנען נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה דעפּאָרטירט געװאָרן צוריק קײן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד און אַוועקגעשיקט אין „גולאַג‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.