באָמבאַסטישע נעמען

Small Organizations With Big Names

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published July 17, 2013, issue of August 02, 2013.

אין אוקראַיִנע פֿירט אָן מיטן אייראָפּעיִש-אַזיאַטישן ייִדישן קאָנגרעס זייער אַ בכּבֿודיקער מענטש — יוסף זיסעלס
אין אוקראַיִנע פֿירט אָן מיטן אייראָפּעיִש-אַזיאַטישן ייִדישן קאָנגרעס זייער אַ בכּבֿודיקער מענטש — יוסף זיסעלס

אין גאַנצן צי ניט אין גאַנצן צופֿעליק האָט מײַן פֿאָרש-אַרבעט מיט אַ צאָל יאָר צוריק זיך אַ קערעווע געטאָן צו דער געשיכטע פֿון ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע, בפֿרט פֿילאַנטראָפּישע, קאָאָפּעראַטיווע און פֿראַטערנאַלע אָרגאַניזאַציעס אין צאַרישן רוסלאַנד, ווי אויך אין די שפּעטערדיקע יאָרן, מחוץ רוסלאַנד. דאָס איז גאָר ניט די איינציקע זאַך, מיט וועלכער איך באַשעפֿטיק זיך, אָבער די דאָזיקע טעמע לאָזט מיך ניט אָפּ, ריכטיקער, איך לאָז זי ניט אָפּ. ווען מע לייענט זיך אַרײַן אין די געשיכטעס פֿון אַזעלכע אָרגאַניזאַציעס, הייבט מען אָן זייער גיך צו פֿאַרשטיין, אַז זיי צעטיילן זיך, אין תּוך אַרײַן, אויף צוויי קאַטעגאָריעס: אַזעלכע, וואָס האָבן באמת מיטגלידער, און אַזעלכע, וואָס ניט געקוקט אויף די שרײַענדיקע טיטלען, שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ גרופּע „פּראָפֿעסיאָנעלע ייִדן‟, דאָס הייסט, פֿונקציאָנערן, און רײַכע ייִדן.

הײַנטיקע טעג היט זיך אָפּ די זעלבע צעטיילונג; און וואָס שייך די מדינות, וועלכע האָבן זיך געשאַפֿן אויפֿן אָרט פֿון דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, דאָמינירט דאָרטן, אַ פּנים, די צווייטע קאַטעגאָריע. רײַכע ייִדן ווילן זײַן פּרעזידענטן אָדער, לכל-הפּחות, וויצע-פּרעזידענטן, אַזוי אַז מע דאַרף האָבן אַ היפּשע צאָל אָרגאַניזאַציעס, יעדער נגיד זאָל באַקומען אַן אייגענעם כּיסא-המלכות. דער סוף איז, אַז קיין באמת ממשותדיקע זאַכן טוען זיי אָפֿט מאָל ניט. מע לייגט אַרײַן געלט אין גרויסע בנינים, מעמאָריאַלן און אַנדערע סימבאָלישע פּראָיעקטן, וועלכע האָבן זייער אַ קנאַפּן שײַכות צום לעבן פֿון ייִדישע בשׂר-ודמס. בכלל, נאָר אַ קליינער חלק פֿון רוסישע, אוקראַיִנישע און אַנדערע „נאָך-סאָוועטישע‟ ייִדן זײַנען פֿאַרבונדן מיט אַ וועלכער עס זאָל ניט זײַן ייִדישער אָרגאַניזאַציע.

אַ רעטעניש בלײַבט פֿאַר מיר, אַ שטייגער, אַזאַ אָרגאַניזאַציע ווי דער אייראָפּעיִש-אַזיאַטישער ייִדישער קאָנגרעס (eajc.org). קיין מיטגלידער האָט דער דאָזיקער קאָנגרעס, דאַכט זיך, ניט. אָבער ער האָט דרײַ ביוראָען: אין מאָסקווע, קיִעוו און אין דער געוועזענער קאַזאַכישער הויפּטשטאָט אַלמאַטי. דער „קאָנגרעס‟ האָט אויך אַ לאַנגע רשימה פֿירער, דער עיקר, זייער רײַכע לײַט. דעם כּיסא-המלחות פֿאַרנעמט, לויט אַלע סימנים, גערמאַן זאַכאַריאַעוו, וואָס איז אויך דער וועלט-פֿירער פֿון די באַרג-ייִדן. די באַרשײַבונג פֿון זײַנע מעשׂים-טובֿים האָט אויף מיר געמאַכט אַ גוטן אײַנדרוק, ווײַל ער האָט ספּאָנסירט אַן איבערזעצונג אויף אַזערבײַדזשאַניש פֿון שלום-עליכמס ווערק.

אין קיִעוו פֿירט אָן מיט דער אַרבעט פֿון דעם קאָנגרעס זייער אַ בכּבֿודיקער מענטש — יוסף זיסעלס, אַ וועטעראַן פֿון דער דיסידענטישער באַוועגונג אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. איך געדענק, אַז בײַ מיר, און ניט נאָר בײַ מיר, האָט יוסף (אַ מאָל האָב איך געהאַט דעם כּבֿוד צו זײַן מיט אים אַ ביסל באַקאַנט) תּמיד אַרויסגערופֿן דרך-ארץ. שוין לאַנג איז ער טעטיק אויך אין ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. פֿון מאָל צו מאָל לייען איך זײַנע אַרטיקלען און הער (אין אינטערנעץ) זײַנע אַרויסטרעטונג. ווען ער זאָגן מבֿינות, פֿיל איך די לאָגיק און, אפֿשר, אויפֿריכטיקייט פֿון זײַן אַנאַליז.

די איינציקע זאַך, וועלכע שטערט מיר, איז זײַן באָמבאַסטישער טיטל — די אָנגעהעריקייט צו אַן אָרגאַניזאַציע, דעם אייראָפּעיִש-אַזיאַטישן ייִדישן קאָנגרעס. פֿון באָמבאַסטישקייט ביז לעכערלעכקייט איז דאָך נאָר איין טראָט. אַ סך לאָגישער וואָלט געווען עס אָנצורופֿן ווי אַ think-tank. די סעמאַנטיק פֿון דעם וואָרט „קאָנגרעס‟ מיינט, פֿון דעסטוועגן, אַז עפּעס אַן עולם אין אייראָפּע און אַזיע, ניט בלויז עטלעכע רײַכע לײַט, האָבן אויסגעוויילט די פֿירנדיקע פֿאָרשטייער.

זיסעלס טענהט, אַ שטייגער, אַז מע טרײַבט איבער די געפֿערלעכקייט פֿון אַנטיסעמיטיזם אין אוקראַיִנע און אַז מע טאָר ניט דורכפֿירן דירעקטע פּאַראַלעלן צווישן אוקראַיִנע און אַזעלכע לענדער ווי רומעניע, גרינכלאַנד און אונגערן. אמת, ער אָנערקענט, אַז אַנטיסעמיטיזם האָט באַקומען אַ פּאָליטישע שטיצע מצד דער פּאַרטיי „סוואָבאָדאַ‟ („פֿרײַהייט‟), וועלכע האָט אָנגעקליבן אַריבער 10 פּראָצענט שטימען בעת די וואַלן. דאָך, איז ער ניט צופֿרידן מיט פֿאַרשיידענע שאַרפֿע אָפּשאַצונגען פֿונעם מצבֿ.

מע פֿילט אַ קלאָרן פּאָליטישן קאָנטעקסט אין די ווערטער פֿון זיסעלס: ער האָט פֿײַנט די איצטיקע רעגירונג, אים איז מער צום האַרצן די אָפּאָזיציע. דער פּאַראַדאָקס באַשטייט אין דעם, וואָס זײַן מיינונג פֿאַלט ניט צונויף מיט דער מיינונג פֿון ס’רובֿ אוקראַיִנישע ייִדן, וועלכע האָבן דווקא מורא פֿאַר דער נאַציאָנאַליסטישער אָפּאָזיציע. זיסעלס, אָבער, שטעלט ניט פֿאָר דאָס אוקראַיִנישע ייִדנטום, ניט זיי האָבן אים געשטעלט בראָש דעם קאָנגרעס און אַנדערע אָרגאַניזאַציעס, אַזוי אַז ער קען זיך אויסלאַכן פֿון דער הויפּט־שטראָמיקער שטימונג און שווימען קעגן דעם שטראָם.

דער סוף איז, אַז פֿון אים לאַכט מען זיך אויך אויס. למשל, זיסעלס איז געווען קעגן דעם, אַז די סוכנותּ זאָל דורכפֿירן איר צונויפֿקומעניש אין קיִעוו. ער האָט זיך ניט געפֿוילט צעשיקן פּראָטעסט-בריוו צו דעם סוכנותּ-עולם. האָט מען אים ניט געהערט און טאַקע דורכגעפֿירט די צונויפֿקומעניש אין קיִעוו, ווײַל דאָס האָט אויסגעזען גוט פֿאַר גרויס-פּאָליטיק, בעת זיסעלס’ טענות האָבן געקלונגען קליין-פּאָליטיש.

מיר איז אַלע מאָל אַ שאָד צו זען, ווען אַ בכּבֿודיקער, קלוגער מענטש פֿאַרלירט דעם חוש פֿון פּראָפּאָרץ, און פֿון זעלבסט-איראָניע אויך, און ווערט אַ שקלאַף פֿון טיטלען, אָפֿט מאָל פּוסטע. מע הערט אויף צו פֿאַרשטיין, אַז די זעלבע ווערטער, די זעלבע טענות קלינגען אַנדערש, ווען מע שטעלט עס אַרײַן אין אַ רעמל, וואָס הענגט אין דער לופֿטן.