וואַשינגטאָן. — ישׂראל האָט זיך אָפּגעזאָגט אָנטיילצונעמען אין אַן אָנקלאָג, וואָס באַשולדיקט דעם „באַנק פֿון כינע‟ אינעם פֿינאַנצירן טעראָריזם. דער אָנקלאָג איז געבראַכט געוואָרן מצד די עלטערן פֿון אַ קרבן פֿון אַ זעלבסטמערדערישן אַטאַק, נאָך דעם ווי די רעגירונג האָט זיי געהאַט געמוטיקט דאָס צו טאָן.
פּרעמיער בנימין נתניהוס באַשלוס צו פֿאַרווערן אַ ישׂראלדיקן אויסשפּיר־באַאַמטן פֿון עדות־זאָגן אין דעם ענין, האָט אָנגעשטרענגט די באַציִונגען צווישן זײַן רעגירונג און דער אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע, און אויך אויפֿגערעגט איינע פֿון ישׂראלס געטרײַסטע פֿאַרטיידיקער אינעם קאָנגרעס: אילעאַנאַ ראָס־לעטינען (רעפּובליקאַנער, פֿלאָרידע).
„ידיעות אַחרונות‟ גיט איבער, אַז די באַציִונגען צווישן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל איז געוואָרן אַזוי אָנגעשפּאַנט, אַז דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אין אַמעריקע, מיכאל אורן, איז געפֿאָרן קיין ירושלים, אויף אַ זיצונג מיט נתניהו און אורנס צוקונפֿטיקן פֿאַרטרעטער, רן דערמער, כּדי זיי איבערצוגעבן, אַז די אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע איז גרייט צו באַפֿעלן דעם אויסשפּיר־באַאַמטן זיך צו שטעלן אין געריכט, אויב נתניהו וועט אים נישט לאָזן עדות־זאָגן.
לויט אַ באַריכט דעם 21סטן יוני אינעם „וואָל־סטריט דזשורנאַל‟, האָט די ישׂראל־רעגירונג אין 2007 געפּרוּווט איבערצײַגן יקוטיאל און שעריל וווּלץ אַרײַנצוגעבן דעם אָנקלאָג, נאָך דעם ווי די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט אײַנגעפֿירט שטרענגע געזעצן קעגן די פֿינאַנציסטן פֿון טעראָר־אַקציעס.
אין 2006 איז זייער 16־יאָריקער זון, דניאל, דערהרגעט געוואָרן אין אַ טעראָריסטישן אַטאַק פֿונעם איסלאַמישן דזשיהאַד, אין תּל־אָבֿיבֿ. די ישׂראלדיקע רעגירונג־באַאַמטע האָבן צוגעזאָגט די עלטערן, איבערצוגעבן זיי די אויסשפּיר־אינפֿאָרמאַציע, וואָס ווײַזט, אַז ישׂראל האָט געוואָרנט כינע אין 2005, אַז דער „באַנק פֿון כינע‟ האָט ריינגעוואַשן געלט לטובֿת די פּאַלעסטינער טעראָר־גרופּעס, און גערופֿן כינע עס אָפּצושטעלן, אָבער כינע האָט עס איגנאָרירט.
כינע האָט געדריקט אויף נתניהו נישט צו דערלאָזן דעם אויסשפּיר־באַאַמטן צו זאָגן עדות אין דעם ענין, און ווי אַ באַלוינונג, צוגעזאָגט נתניהו צו פֿאַרשטאַרקן דעם האַנדל צווישן ביידע לענדער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.