מיט צוויי יאָר צוריק, דעם 16טן יולי 2011, האָט מען צום ערשטן מאָל אַרויסגעשיקט אַ מודיע און געמאָלדן, מע זאָל פּראָטעסטירן קעגן וואָל־סטריט און זײַנע דרכים. הונדערטער מענטשן האָבן איבערגענומען „זוקאַטי־פּאַרק‟ דעם 17טן סעפּטעמבער און דאָרטן געבליבן כּמעט צוויי חדשים ביז די פּאָליציי האָט זיי פֿאַרטריבן. כאָטש קיין פֿיזישער שפּור איז נישט געבליבן הײַנט אינעם פּאַרק, האָט די פּראָטעסט־באַוועגונג אינספּירירט יונגע־לײַט איבער דער וועלט צו ווערן אַקטיוו אינעם געזעלשאַפֿטלעכן און סאָציאַלן לעבן.
הגם זי שטאַמט פֿון אַ „געוויינטלעכער‟ ייִדישער היים לעבן באָסטאָן, איז דער לעבנסוועג פֿון לאָראַ גאָטעסדינער, אַ גראַדואַנטקע פֿון יעיל־אוניווערסיטעט, נישט אַזוי געוויינטלעך. ווען זי האָט געהערט וועגן „אָקופּירט וואָל־סטריט‟, איז זי געקומען צו פֿאָרן און געוווינט אין פּאַרק ביזן סוף פֿונעם פּראָטעסט. דער היפּאָטעק־קריזיס אין אַמעריקע, אין וועלכן צענדליקער טויזנטער מענטשן האָבן פֿאַרלוירן זייערע היימען, האָט זי ספּעציעל גערירט. דאָס איז געווען (און איז) אַן אומיושר אויף אַ לאַנדישן מאַסשטאַב, און מיט אירע זשורנאַליסטישע טאַלאַנטן האָט זי אָנגעהויבן אויספֿאָרשן דעם קריזיס און זיך טרעפֿן פּנים־אל־פּנים מיט די געליטענע. אין גיכן וועט אַרויס איר בוך אויף דער טעמע A Dream Foreclosed: Black America And The Fight For a Place To Call Home, פֿון אַ נײַעם פֿאַרלאַג — „זוקאַטי פּאַרק־פּרעס‟.
וואָס מער גאָטעסדינער האָט געפֿאָרשט, אַלץ מער האָט זי אויסגעפֿונען, אַז דער דאָזיקער קריזיס האָט צום שווערסטן געטראָפֿן די אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער קהילה און בפֿרט די אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער פֿרויען. פֿון דער פּערספּעקטיוו פֿון דער דאָזיקער גרופּע, שטעלט מיט זיך פֿאָר דער היפּאָטעק־קריזיס נאָך איין רינגל אין אַן אַלטער קייט פֿון דיסקרימינאַציע און אונטערדריקונג אין לאַנד.
אינעם בוך באַשרײַבט גאָטעסדינער די געשיכטעס פֿון פֿיר יחידים, צוויי פֿרויען, צוויי מענער, און זייערע משפּחות: ווי זיי האָבן פֿאַרלוירן זייערע היימען, געקעמפֿט זיי צוריקצובאַקומען, און סוף־כּל־סוף, געוווּנען (אָדער, בעסער געזאָגט — כאָטש עפּעס געוווּנען.) יעדן פֿאַל האָט זי אײַנגעטיילט אין דרײַען — „דער חלום‟, „דער אויפֿרײַס‟ און „דער קאַמף‟. אין די קאַפּיטלעך פֿון „דער אויפֿרײַס‟ לייענט מען ווי די בענק און היפּאָטעק־פֿירמעס האָבן זיי ממש באַשווינדלט און זיי געזאָגט ליגנס. גאָטעסדינער הייבט אַרויס, אַז די נצחונות זענען פֿאָרגעקומען, אַ דאַנק די פֿאַראייניקטע קהילות, וואָס האָבן דורך דעמאָנסטראַציעס — טייל נישט געזעצלעכע, אָבער פֿרידלעך — דערגרייכט זייערע צילן.
איך האָב געפֿרעגט גאָטעסדינער וועגן דער סטראַטעגיע פֿון זיך אַנטקעגנשטעלן דער פּאָליציי. זי אַליין איז שוין עטלעכע מאָל אַרעסטירט געוואָרן און איז נישט קיין פֿרעמדע צום לעגאַלן פּראָצעס. זי איז עטלעכע מאָל אַרײַן אין געריכט מיט אַ גרעסערער גרופּע, ווען מע האָט געהאַלטן אין ליציטירן דאָס הויז (אַזוי פֿירט זיך אין ניו־יאָרק) און די גרופּע האָט אָנגעהויבן צו זינגען אַ ליד הויך אויף אַ קול, מע זאָל נישט הערן די ליציטאַציע. „איך האָב מיט אַ כּיוון געשריבן וועגן די פֿאַלן, וווּ אַזוינע דעמאָנסטראַציעס זענען אָפּגעהאַלטן געוואָרן, ווײַל נאָר אַזוי האָבן הײַזער־אַקטיוויסטן איבער דער וועלט דערגרייכט זייערע צילן. די סטראַטעגיע נעמט אַרײַן: דאָס נישט באַצאָלן, דירה־געלט־שטרײַקן, היפּאָטעק־שטרײַקן און דאָס נישט פֿאָלגן די רעגירונג מאַסנווײַז. דאָס איז דער אייינציקער אופֿן.‟
בײַם אָנהייב פֿונעם הײַזער־קאַמף, פֿון אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, האָט אונדז דערציילט גאָטעסדינער אין אַ שמועס, האָט דאָס 16־יאָריקע ייִדישע מיידל פֿון קאָוונע פּאָלין ניומאַן, געפֿירט דעם גרעסטן דירה־געלט־שטרײַק אין דער געשיכטע פֿון ניו־יאָרק — אין 1907 האָבן צען טויזנט משפּחות באַשלאָסן נישט צו צאָלן דירה־געלט. ניומאַן איז געבליבן פּאָליטיש אַקטיוו איר גאַנץ לעבן און געשטאָרבן אין 1986 צו 98 יאָר.
„אַלע היימען זענען פֿאַרבונדן מיט די וואָל־סטריט פֿירמעס; אַזוי איז געבויט די סיסטעם. לאָקאַלע פּאָליטיקער קענען נישט בײַטן די סיסטעם, אַפֿילו ווען זיי וואָלטן געוואָלט העלפֿן זייער קהילה. אַפֿילו פּאָליציי־שעפֿן זאָגן שוין, אַז זיי ווילן מער נישט פֿאַרנעמען זיך מיט עקסמיסיעס… אָבער דאָס בײַט, אין תּוך, גאָרנישט‟.
די פֿעדעראַלע פּראָגראַמען צו לייזן דעם היפּאָטעק־קריזיס איז אַ מפּלה, האַלט זי. לויט דער הסכּמה פֿון 2010 האָבן די פֿירמעס און באַנקען געדאַרפֿט צאָלן שטראָף, ווײַל זיי האָבן עובֿר געווען אויף די געזעצן, אָבער זיי העלפֿן ווײַטער אַרויסצוּוואַרפֿן מענטשן פֿון די הײַזער. די פֿעדעראַלע רעגירונג האָט געגעבן געלט צו די שטאַטן צו העלפֿן דעם קריזיס, אָבער מע האָט דערווײַל נישט געניצט די געלטער. „פֿאַרשטייט מען שוין, פֿאַר וואָס אַזאַ טאַקטיק פֿון שטרײַקן און בלאָקאַדעס איז נייטיק‟, באַטאָנט זי.
גאָטעסדינערס בוך איז אָנגעפּיקעוועט מיט טרויעריקע פֿאַקטן וועגן דער געשיכטע פֿון היפּאָטעק־דיסקרימינאַציע אַמאָל און הײַנט. קיין פֿריילעכן סוף אינעם געוויינטלעכן זינען האָבן נישט די פֿיר מענטשן אין איר בוך, אָבער זיי האָבן כאָטש עפּעס דערגרייכט. וואָס מער, זיי פֿילן, אַז זייערע קולות, וואָס זענען אַזוי לאַנג געבליבן שטום, קען מען איצט הערן.
נאָך אַרטיקלען מיט אַ שײַכות צו דעם אַרטיקל:
די אָקופּאַציע פֿון וואָל־סטריט
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.