די פֿראַגע, צי מע זאָל אויפֿטרעטן אין ישׂראל, צי נישט, קאָן אַרויסרופֿן אַ קאָנטראָווערסיע סײַ פֿאַר ייִדישע, סײַ פֿאַר נישט-ייִדישע זינגער און אַקטיאָרן. צומאָל קאָן אַן אויפֿטריט אין ישׂראל — אָדער אַן אָפּזאָג אויפֿצוטרעטן — אויסזען ווי אַ פּאָליטישע אַרויסזאָגונג, וואָס לאָזט אַ פֿלעק אויף דער רעפּוטאַציע. אַחוץ דעם, פֿילן די קונסט-לײַט כּסדר דעם דרוק פֿון פֿאַרשיידענע אַקטיוויסטן, וועלכע רופֿן צו בויקאָטירן ישׂראל.
די באַקאַנטע אַמעריקאַנער זינגערין, מוזיקאַנטין און אַרטיסטקע אַלישאַ קיס, האָט נישט לאַנג צוריק באַשלאָסן צו „בויקאָטירן די בויקאָטירער‟ און אויפֿצוטרעטן דעם 4טן יולי אין תּל-אָבֿיבֿ. די שרײַבערין און פּאָעטעסע עליס וואָקער, וועלכע האָט זיך אָפּגעזאָגט צו געבן אַ דערלויבעניש איבערצוזעצן איר ראָמאַן „דער קאָליר — פֿיאָלעט‟ אויף העברעיִש, האָט גערופֿן קיס נישט צו פֿאָרן קיין ישׂראל. זי האָט געמאָלדן, אַז דורכן בויקאָט קאָנען די אַרטיסטן באַקעמפֿן די אָקופּאַציע פֿון די פּאַלעסטינער, ווי אויך צו ווײַזן, אַז די אַמעריקאַנער רעגירונג שטיצט די ישׂראלדיקע סיסטעם, וועלכע, ווי זי האַלט, איז אַן „אַכזריותדיקע, אומיושרדיקע און אומגלייבלעך בייזע‟.
נישט געקוקט אויפֿן דרוק מצד וואָקער, פֿאַרשיידענע אַקטיוויסט-באַוועגונגען און ראָדזשער וואָטערס, דעם זינגער פֿון דער מוזיק-גרופּע „פּינק פֿלויד‟, האָט קיס באַשלאָסן אויפֿצוטרעטן אין ישׂראל. זי האָט באַטאָנט דער „ניו-יאָרק טײַמס‟ אין אַן אינטערוויו, אַז „מוזיק איז אַן אוניווערסאַלע שפּראַך, וואָס איז מסוגל צו פֿאַראייניקן מענטשן, און צו ברענגען שלום און ליבשאַפֿט‟.
אַ צאָל אַנדערע זינגער און מוזיקאַנטן, וועלכע זענען לעצטנס אויפֿגעטראָטן אין ישׂראל, האָבן דערקלערט, אַז זיי האָבן עס געטאָן צוליב אַ פּרינציפּ, נישט געקוקט אויף דעם דרוק מצד די בויקאָט-שטיצער, אַרײַנגערעכנט די גרופּע „פּעט שאָפּ בויס‟ און דעם ענגלישן מוזיקער עלטאָן דזשאָן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.