איך געהער ניט צו די חסידים פֿון אַלעקסיי נאַוואַלני, וועמענס נאָמען איז איצט ברייט באַקאַנט אויך מחוץ רוסלאַנד. עס שטעקט פֿון אים אַרויס עפּעס, וואָס איך זע ווי באָלשעוויזם, און מיר זײַנען דערווידער אַלע סימנים פֿון אָט דער קרענק, פֿון וועלכער רוסלאַנד האָט זיך נאָך גאָר ניט באַפֿרײַט. אָבער מע טאָר ניט פֿאַרזען נאַוואַלניס פֿאַרדינסטן: ער איז באמת אַ דרייסטער מענטש, וואָס האָט זיך אָפֿן געשטעלט קעגן וולאַדימיר פּוטינס אויטאָריטאַרער סיסטעם. נאַוואַלני האָט אַפֿילו ניט מורא געהאַט צו זאָגן, פּינקטלעכער, צוזאָגן, אַז פּוטין פֿאַרדינט, מע זאָל אים אײַנזעצן אין תּפֿיסה. דאָס וואָלט נאַוואַלני געקענט טאָן, אויב אים וואָלט זיך אײַנגעגעבן צו שטעלן זיך בײַם רודער פֿון רוסלאַנד. דערווײַל אָבער בלײַבט די מאַכט אין די הענט פֿון פּוטינען. ווי אַ פּועל-יוצא, האָט מען נאַוואַלני באַשולדיקט אין פֿינאַנציעלע מאַכינאַציעס און געשיקט אין טורמע — אויף פֿינף יאָר.
מיר איז אַפֿילו ניט אײַנגעפֿאַלן צו פּרוּוון זיך פֿאַנאַנדערקלײַבן אין דעם קרימינעלן ענין, וואָס איז אויפֿגעבויט געוואָרן אַרום נאַוואַלני. כ’האָב ניט קיין נייטיקע קוואַליפֿיקאַציע עס צו טאָן. איך פֿאַרלאָז זיך אויף די אָפּשאַצונגען פֿון די מענטשן, וועלכע כ’האַלט פֿאַר לײַטישע און קאָמפּעטענטע. זיי זײַנען איינשטימיק, אַז אין דעם ענין זעט זיך בולט אָן די שיטה „ניט געשטויגן, ניט געפֿלויגן‟. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס די זעלבע סיסטעם, געשאַפֿן בימי פּוטין, דערלויבט אַרומצוגיין פֿרײַ אַזעלכע מענטשן, צו וועלכע עס האָבן זיך צוגעקלעפּט הונדערטער מיליאָנען דאָלאַרן.
מיט נאַוואַלני האָט מען זיך פּשוט אָפּגערעכנט, און צו טאָן אַזאַ זאַך איז געווען ניט שווער אין אַ לאַנד, וווּ עס עקזיסטירן ניט קיין אומאָפּהענגיקע געריכטן. מע „מישפּט‟ אַזוי, ווי עס פֿאָדערן די הויכע פֿענצטער. אַ צאָל אייראָפּעיִשע רעגירונגען און כּלל-אייראָפּעיִשע פֿאָרשטייער האָבן גלײַך געזאָגט, אַז דאָס געריכט און זײַן אורטייל שטעלן מיט זיך פֿאָר עלעמענטן פֿון פּאָליטישע רדיפֿות קעגן אַנטי-פּוטיניסטן. בערך דאָס זעלבע האָט געזאָגט דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר אין רוסלאַנד מײַקל מאַקפֿאָל. אַ סבֿרא, אַז אין די קומענדיקע טעג וועט מען הערן אַנדערע אַזעלכע אָפּשאַצונגען פֿון דעם געשעענעם. וועט עס עפּעס בײַטן? גיכער פֿון אַלץ — ניין. פּוטין איז שוין גוט באַקאַנט ווי אַ מענטש, וואָס האָט ליב, ווען מע קוועטשט אויף אים, אַרויסצוּווײַזן זײַן שטאַרקייט.
איך שרײַב די שורות גלײַך נאָך דעם געריכט און ווייס נאָך ניט, וואָס פֿאַר אַ רעאַקציע וועט עס אַרויסרופֿן צווישן די רוסישע תּושבֿים. הגם קיין נבֿיא בין איך ניט, קען מען גרינג פֿאָרויסזאָגן, אַז עפּעס אַן אָפּקלאַנג וועט דער „נאַוואַלני-ענין‟ אַרויסרופֿן, נאָר צווישן אַ קליינעם חלק פֿון דער באַפֿעלקערונג און דאָס אויך בלויז אין די גרעסטע שטעט. פֿאַר ס’רובֿ רוסן בלײַבט פּוטין אַ מין אָפּגאָט; פֿון אים איז אָפּהענגיק זײער הײַנט און מאָרגן. מײַן ווײַבס אַ חבֿרטע, וואָס וווינט אין ענגלאַנד, אָבער אירע עלטערן זײַנען אין רוסלאַנד, האָט דערציילט, אַז איר מוטער, אַ פּענסיאָנירטער דאָקטער, האָט לאַנג געוויינט, ווען די רוסישע טעלעוויזיע האָט געלאָזט וויסן וועגן דעם, אַז פּוטין און זײַן ווײַב האָבן באַשלאָסן זיך צו גטן. זי האָט עס איבערגעלעבט ווי אַ פּערזענלעכע טראַגעדיע.
די איבער זיבעציק יאָר פֿון דער סאָוועטישער מאַכט האָבן גלײַך ווי מאָדיפֿיצירט דעם גענעטישן קאָד פֿון דער רוסישער באַפֿעלקערונג. מע האָט זי געמאַכט פּאַסיוו. נאָך דער צעפֿאַלונג פֿון דער סאָוועטישער מלוכה זײַנען די אַקטיווע מענטשן אָדער אַרויסגעפֿאָרן פֿון לאַנד, אָדער געשאַפֿן אַ מינאָריטעט אין דער געזעלשאַפֿט. פּוטין, אַ פּראָדוקט פֿון דער „קיי-דזשי-בי‟־יִשער דערציִונג, האָט צוזאַמען מיט זײַנע בעלפֿערס אויפֿגעבויט אַ „ווערטיקאַלע סיסטעם‟, וועלכע מאַכט אַן אָנשטעל פֿון דעמאָקראַטיע, כאָטש אין דער אמתן דערדריקט זי אַלץ און אַלעמען, וואָס שטעלט זיך קעגן דער ביוראָקראַטיע. פֿון דער מלוכישער, דאָס הייסט, פּוטינישער ביוראָקראַטיע, זײַנען אָפּהענגיק אויך אַלע אונטערנעמער.
נאַוואַלני איז געוואָרן דאָס קול פֿון אַ היפּשער טייל ליבעראַלער מינאָריטעט. (אין רוסלאַנד „ליבעראַל‟ איז אַ חוזק-וואָרט, אָפֿט מאָל מיט אַן אַנטיסעמיטישן, ווי אויך אַנטי-אַמעריקאַנער טײַטש.) לעצטנס, איז ער געוואָרן אַ קאַנדידאַט אויף דער שטעלע פֿון מאָסקווער מייאָר, וואָס די וואַלן דאַרפֿן דורכגיין דעם 8טן סעפּטעמבער. לויט אַלע אויספֿרעגן נאָך וואָלט נאַוואַלני באַקומען גאַנץ ווייניק שטימען, אָבער ווי אַן אָפֿיציעל אָנערקענטער קאַנדידאַט, וואָלט ער געהאַט מער מעגלעכקייטן צו קריטיקירן די עקזיסטירנדיקע מאַכט. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז אַ 15–20 פּראָצענט שטימען וואָלטן קלאָר געוויזן, אַז ער האָט אַ ממשותדיקע שטיצע מצד דעם מאָסקווער עולם. די „ווערטיקאַלע סיסטעם‟ האָט אַזאַ זאַך בשום-אופֿן ניט געוואָלט דערלאָזן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.