אַ גרופּע בראַזיליאַנער אַרכעאָלאָגן האָבן אויסגעגראָבן דאָס 500־יאָריקע געביין פֿון אַ ייִדישן מאַן אין רעציפֿע, האָט דאָנערשטיק איבערגעגעבן די וועבזײַט פֿון דער אָרטיקער צײַטונג, O Globo.
אין רעציפֿע, וואָס געפֿינט זיך אין צפֿון־בראַזיל, האָבן די פּאָרטוגעזישע ייִדן אין יאָר 1636 געבויט די ערשטע שיל אין דער נײַער וועלט, אינעם מערבֿדיקן האַלב־קײַלעך, גיבן איבער די היסטאָרישע דאָקומענטן.
מאַרקאָס אַלבוקערקע פֿונעם פֿעדעראַלן אוניווערסיטעט אין פּערנאַמבוקאָ, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט דער אַרכעאָלאָגישער עקספּעדיציע, האָט איבערגעגעבן דער צײַטונג, אַז ער האָט נישט קיין ספֿק, אַז דער מת איז געווען אַ ייִד, און אַז מע האָט אים באַערדיקט אינעם 16טן יאָרהונדערט.
„לויט דער קריסטלעכער טראַדיציע, איז אָנגענומען צו באַערדיקן די טויטע מיט די הענט פֿאַרצלמט איבער דער ברוסט, אָבער בײַ דעם מת, ליגן די הענט בײַ די זײַטן,‟ האָט אַלבטקערקע דערקלערט. „דערצו האָט מען אָנגעטאָן דעם מת פּשוטע תּכריכים, אָן שום צירונג אָדער אַנדערע פּריוואַטן אייגנטום, און אָן אַן אָרון.‟
דעם סקעלעט האָט מען געפֿונען פֿינף פֿוס אונטער דער ערד, בעת מע האָט געהאַלטן אין מיטן בויען אַ טונעל, „טונעל דאַ אַבאָליקאַאָ‟, אין מאַדאַלענאַ — אַ צענטראַלע געגנט אין רעציפֿע, האָט איבערגעגעבן דער נײַעס־באַריכט. דער קבֿר געפֿינט זיך בערך 1.5 מײַל מיזרח פֿון דער שיל „קהל צור‟, וואָס די ייִדישע פּליטים פֿון די פּאָרטוגעזישע און שפּאַנישע אינקוויזיציעס האָבן געבויט, ווען רעציפֿע איז נאָך געווען אַ האָלענדישע קאָלאָניע.
כּדי צו באַשטימען פּינקטלעך, ווען מע האָט דעם מת מקבר געווען, ניצנדיק דעם קוילנשטאָף־מעטאָד [carbon dating], וואָלט מען געמוזט אַרויסנעמען אַ שטיקל פֿונעם סקעלעט. „אויס דרך־ארץ פֿאַר רעליגיעזע געזעצן, האָבן מיר דאָס געביין איבערגעלאָזט אַזוי ווי עס איז,‟ האָט אַלבוקערקע געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.