רוסלאַנד: װאָס װײַטער?

What's Next for Russia?


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published July 21, 2013, issue of August 16, 2013.

אונדזער קאָרעספּאָנדענט מיכאל קרוטיקאָוו געפֿינט זיך איצט אין מאָסקווע. האָבן מיר אים געבעטן זיך טיילן מיט זײַנע אײַנדרוקן וועגן דעם הײַנטיקן רוסלאַנד; בפֿרט, אַז די לעצטע צײַט האַלט די וועלט־מעדיאַ אין איין רעדן וועגן דער אַלט־נײַער דערשײַנונג — „פּוטיניזם‟.
רעדאַקציע

אינעם רוסישן פּאָליטישן קאַלענדאַר פֿאַרנעמט דער חודש אױגוסט אַ ספּעציעל אָרט. דװקא אין אױגוסט, װען דאָס רובֿ מענטשן פֿאָרן אין אורלױב, טרעפֿן זיך דאָ גורלדיקע געשעענישן, װאָס ענדערן דעם פּאָליטישן און עקאָנאָמישן מצבֿ אינעם לאַנד: דער „פּוטש‟ אין 1991, דער פֿינאַנציעלער קריזיס אין 1998, און נאָך אַ גאַנצע רײ אַזעלכע דראַמאַטישע פּאַסירונגען. הײַיאָר האָט די רוסישע מאַכט אָנגעהױבן אַרויסצוּווײַזן אירע קונצן מיט אַ פּאָר חדשים פֿריִער. די נײַע געזעצן מכּוח פֿאַרמאַכן די אַקאַדעמיע פֿון װיסנשאַפֿטן, דער פֿאַרס־מישפּט איבער דעם קריטיקער פֿון קאָרופּציע אַלעקסײ נאַװאַלני, די אַטאַקע אױף עפֿנטלעכע און פֿילאַנטראָפּישע אָרגאַניזאַציעס, װאָס באַקומען געלט פֿון די אױסלענדישע מקורים, איז אַ קלאָרער באַװײַזן, אַז פּוטינס אַדמיניסטראַציע איז גרייט אונטערצודריקן יעדע קריטיק און אָפּאָזיציע צו זײַן רעזשים.

די דאָזיקע קײט פֿון געשעענישן איז אַ סימן פֿון װיכטיקע פּראָצעסן, װאָס קומען פֿאָר ניט נאָר אױף דער פּאָליטישער אײבערפֿלאַך, נאָר אױך אין די טיפֿענישן פֿון רוסישער געזעלשאַפֿט, האַלטן די רוסישע פּאָליטישע אַנאַליטיקער. עס הײבט זיך אָן אַ לאַנגע תּקופֿה פֿון פּאָליטישער רעאַקציע, זאָגט אַלעקסאַנדר מאָראָזאָװ, אײנער פֿון די סאַמע ניכטערע און שאַרפֿזיניקע פּאָליטישע זשורנאַליסטן. די אינטעליגענץ דאַרף זיך גוט פֿאַנאַנדערקלײַבן, װאָס דאָס מײנט, און ניט וואַרטן אויף קיין ענדערונגען. דער סאָציאָלאָג אַלעקסײ לעװינסאָן דערװײַזט אױפֿן סמך פֿון פֿאַרשידענע אויספֿרעגן פֿון דער באַפֿעלקערונג, אַז פּוטינס מאַכט האָט אַ סאָלידע שטיצע, הגם דאָס רובֿ מענטשן זײַנען מסכּים מיטן אָפּאָזיציאָנער נאַװאַלני, אַז די מאַכט געפֿינט זיך אין די הענט פֿון „זשוליקעס און גנבֿים״.

דאָס הײסט, אַז די רוסישע באַפֿעלקערונג האָט ניט קײן צוטרױ צו דעמאָקראַטיע, װי אַן אינסטרומענט פֿון פֿאַרבעסערן זײער לעבן. די רוסישע עקאָנאָמיע און פֿינאַנצן געפֿינט זיך, אַזױ װי מיט צען־פֿופֿצן יאָר צוריק, אין די הענט פֿון אַ הײפֿעלע „אָליגאַרכן‟, אָבער איצט זײַנען דאָס פּוטינס אַנשי־שלומנו, װאָס פֿאַרנעמען חשובֿע שטעלעס אין זײַן אַדמיניסטראַציע. דאָס געלט האָט זיך צונױפֿגעגאָסן מיט דער מאַכט.

אָבער די דאָזיקע מאַכט האָט ניט קײן קלאָרע פּראָגראַם פֿון אַנטװיקלונג. דאָס אײנציקע, װאָס זי קאָן צוזאָגן, איז „סטאַבילקײט‟, אָבער דער גענױער טײַטש פֿונעם דאָזיקן באַגריף בלײַבט ניט קלאָר. דערבײַ װערט די מאַכט מיט יעדן טאָג אַגרעסיװער און געפֿינט אַלץ נײַע שׂונאים סײַ אין לאַנד, סײַ אין אױסלאַנד. דער הױפּט־שׂונא איצט װי אין די גוטע סאָװעטישע צײַטן, איז אַמעריקע. און די עיקרדיקע אינעװײניקסטע שׂונאים זײַנען די ליבעראַלע אינטעליגענטן און האָמאָסעקסואַליסטן. עס איז מערקװירדיק, װאָס די אָפֿיציעלע באַציִונג צו ייִדן און מדינת־ישׂראל איז גאַנץ פּאָזיטיװ, און די דאָזיקע סימפּאַטיע איז קעגנזײַטיק: דער מאָסקװער „חב״ד‟ געהערט צו די סאַמע הײסע שטיצער פֿון פּוטינס מאַכט.

איז װאָס זשע בלײַבט צו טאָן דער ליבעראַלער אינטעליגענץ, װאָס איז געװען דער עיקרדיקער כּוח־הפּועל פֿון דער „פּערעסטרױקע‟ און די ראַדיקאַלע רעפֿאָרמעס פֿון די 1990ער יאָרן? אײן מעגלעכקײט איז קלאָר און פּשוט: עמיגרירן. אין אונטערשייד צו די סאָװעטישע צײַטן, קאָנען הײַנט צו רוסישע בירגער פֿרײַ פֿאָרן קײן אױסלאַנד און קומען צוריק קײן רוסלאַנד, אַבי די קעשענע זאָל זײַן נישט ליידיק. אַ היפּש ביסל אינטעלעקטואַלן און אַקאַדעמיקער װױנען און אַרבעטן סײַ אין רוסלאַנד, סײַ אין אױסלאַנד, און אײניקע פֿון זײ זײַנען געװאָרן װיכטיקע דעה־זאָגער אין דער רוסישער עפֿנטלעכער מײנונג.

אָבער װאָס טוען די אַקאַדעמיקער, שרײַבער, זשורנאַליסטן, קינסטלער, װאָס װילן ניט פֿאַרלאָזן רוסלאַנד און װילן דערבײַ בלײַבן פֿרײַ אין זײער טעטיקײט? מאָראָזאָװ האַלט, אַז זײער מצבֿ איז ניט פֿױגלדיק. אין די לעצטע יאָרן האָט רוסלאַנד ענדגילטיק אױסגעקליבן ניט דעם אײראָפּעיִשן, נאָר דעם אַזיאַטישן װעג פֿון אַנטװיקלונג, מיט אַ דיקטאַטאָרישן רעזשים פֿון אַ קאָנסערװאַטיװ־קלעריקאַלישן שניט. די מלוכה האָט שױן באַקומען אַ פֿולן קאָנטראָל איבער פּאָליטיק און עקאָנאָמיע, און איצט שטײט אױפֿן סדר־היום די קולטור.

אַזױ אָדער אַנדערש װעלן אַלע קולטור־טוער מוזן זיך צופּאַסן צו דעם נײַעם אידעאָלאָגישן קלימאַט. די נײַע אידעאָלאָגישע פֿאָרמולע איז אַ מאָדיפֿיצירטער נוסח פֿון דער אַלטער באַרימטער „טריאַדע‟ פֿון דער תּקופֿה פֿונעם צאַר ניקאָלײַ דעם ערשטן: פּראַװאָסלאַװנע קריסטנטום, אַלײן־הערשאַפֿט, פֿאָלקסטימלעכקײט. און דער באַרימטער קינאָ-רעזשיסער ניקיטאַ מיכאַלקאָװ האָט בדעה צו מאַכן אַ פֿילם, װאָס זאָל װײַזן דעם פֿעאָדאַלן מינהג פֿונעם לײב־אײגנטום, װי אַ גוטע זאַך אי פֿאַר די פּריצים אי פֿאַר זײערע פּױערים.

ליבעראַלע אידעען זײַנען ניט פּאָפּולער צװישן די ברײטע שיכטן פֿון דער רוסישער באַפֿעלקערונג, און די ליבעראַלע אינטעליגענץ האָט ניט קײן פּרעסטיזש אין זײערע אױגן. לעװינסאָנס סאָציאָלאָגישע פֿאָרשונגען װײַזן, אַז דאָס רובֿ רוסישע בירגער װילן ניט קײן ענדערונגען, הגם זײ אָנערקענען, אַז די איצטיקע פּאָליטישע סיסטעם איז קאָרומפּירט און ניט יושרדיק. לעװינסאָן האַלט, אַז די אַלטע דיסידענטישע פֿאָרמען פֿון פּראָטעסט, װאָס מען האָט באַקומען בירושה פֿון דער סאָװעטישער תּקופֿה, זײַנען מער ניט עפֿעקטיװ. כּדי צו באַקעמפֿן די נײַע אױטאָריטאַרישע הערשאַפֿט דאַרף מען אױסגעפֿינען נײַע מיטלען און נײַע פֿאָרמען פֿון װידערשטאַנד. די װערטן און באַגריפֿן פֿון דער סאָװעטישער ליבעראַלער אינטעליגענץ זײַנען הײַנט אַן אָפּגעפֿרעגטע סחורה. דער עלטערער דור דיסידענטן קאָן ניט מוסר זײַן זײער דערפֿאַרונג דעם ייִנגערן דור, װײַל די דאָזיקע דערפֿאַרונג איז מער ניט אַקטועל: „עס איז װיכטיק צו זאָגן צו די חבֿרה, װאָס קומען אױף אונדזער אָרט, אַז זײ דאַרפֿן זוכן עפּעס אײגנס‟.

די פּראָגנאָזן אױף דער צוקונפֿט זײַנען פּעסימיסטיש. מאָראָזאָװ האַלט, אַז פּוטינס רעזשים קאָן אַפֿילו דינען װי אַ מוסטער פֿאַר אַנדערע אױטאָריטאַרע פֿירער, װאָס װילן זיך אַנטקעגנשטעלן דער מערבֿדיקער דעמאָקראַטישער מאָדעל. און אַזױ װי אַ מאָל איז די סאָװעטישע מאַכט געװען אַ מאָדעל פֿאַר די לינקע אין דער גאַנצער װעלט, קאָן פּוטינס רוסלאַנד איצט װערן אַ מאָדעל פֿאַר דער רעכטער אַנטי-דעמאָקראַטישער רעאַקציע.