פֿונעם סענאַט קיין תּל־אָבֿיבֿ

From the Senate to Tel Aviv

פּיטער דויטש פֿאַרברענגט איצט ס׳רובֿ פֿון דער צײַט אין זײַן דירה אין רעננה, ישׂראל.
Uriel Heilman/JTA
פּיטער דויטש פֿאַרברענגט איצט ס׳רובֿ פֿון דער צײַט אין זײַן דירה אין רעננה, ישׂראל.

פֿון אוריאל הײַלמאַן (ייִט״אַ)

Published July 21, 2013, issue of August 16, 2013.

רעננה, ישׂראל. — ווען דער קאָנגרעסמאַן פּיטער דויטש האָט, נאָך 12 יאָר אינעם אַמעריקאַנער סענאַט, פֿאַרשפּילט די וואַלן, האָט ער געטאָן אַ זאַך, וואָס געציילטע אַנדערע אַמעריקאַנער ייִדן טוען, ווען זיי זענען נישט זיכער אין זייער צוקונפֿט: ער האָט זיך באַזעצט אין ישׂראל.

מער ווי אַכט יאָר שפּעטער, געפֿינט ער זיך נאָך אַלץ דאָ, מיט זײַן משפּחה, אין רעננה, אַ פֿאָרשטאָט פֿון תּל־אָבֿיבֿ. זײַן 22־יאָריקער זון האָט לעצטנס פֿאַרענדיקט דעם מיליטערישן דינסט, און זײַן 21־יאָריקע טאָכטער לערנט זיך אין אַן אָרטאָדאָקסישן פֿרויען־סעמינאַר.

דויטש איז דער ערשטער מיטגליד פֿונעם קאָנגרעס, וועלכער האָט זיך אַריבערגעקליבן קיין ישׂראל, און איז מסתּמא דער איינציקער געוועזענער אַמעריקאַנער קאָנגרעסמאַן, וועלכער וווינט אין אויסלאַנד בכלל.

טראָגנדיק אַ גראָען זומער־לײַבל, דזשינס און אַ שוואַרצע זײַדענע יאַרמלקע, האָט דער 56־יאָריקער דויטש ווײַטער אָנגעהאַלטן זײַן אַמעריקאַנער אידענטיטעט. ער האָט נישט אָנגענומען די ישׂראלדיקע בירגערשאַפֿט און רעדט נישט קיין העברעיִש. ער פֿאָרט אָפֿט צוריק קיין פֿלאָרידע, וווּ ער האָט געדינט 22 יאָר אין די פּאָליטישע קרײַזן: צו ערשט, ווי אַ שטאַט־לעגיסלאַטאָר, און דערנאָך ווי אַ דעמאָקראַט אין קאָנגרעס.

זײַן איצטיקער הויפּט־פּראָיעקט: ער דינט ווי אַן עצה־געבער פֿאַר „בן גמלא‟ — אַ נעץ העברעיִשע טשאַרטער־שולן אין דרום־פֿלאָרידע, וואָס ער האָט געגרינדעט. עס לערנען זיך דאָרט 1,800 תּלמידים. ער ווערט נישט באַצאָלט דערפֿאָר, און צוליב דעם אונטערשייד אין צײַט, איז אים נישט תּמיד באַקוועם. פֿון דעסטוועגן, גיט עס אים אַ סך פֿאַרגעניגן.

„ווי מע קען זען, וווין איך אין צוויי וועלטן,‟ האָט דויטש געזאָגט. „איך פֿיל זיך אָבער באַקוועם אין ביידע ערטער.‟

דויטשס איבערקלײַבן זיך קיין ישׂראל האָט זיך אָנגעהויבן מיט יאָרן צוריק, ווען ער האָט דאָרט פֿאַרבראַכט מיט זײַן משפּחה פֿינף זומערן נאָך אַנאַנד. דערנאָך האָט ער געלעבט זײַן שמיטה־יאָר אין ישׂראל. פֿון איין יאָר איז געוואָרן צוויי; ער האָט פֿאַרשריבן זײַנע קינדער אין דער אָרטיקער מיטלשול און מיט דער צײַט זיך געקויפֿט צוויי דירות אין רעננה.

הגם ער ווווינט שוין אין ישׂראל כּמעט צען יאָר לאַנג, זאָגט דויטש, אַז ער האָט נישט בדעה צו ווערן פֿאַרמישט אין דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק. עס בענקט זיך אים אויך נישט נאָך דער אַמעריקאַנער פּאָליטישער וועלט. דערווײַל איז ער צופֿרידן פּשוט צו זײַן אַ טייל פֿונעם היסטאָרישן אומקער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק קיין ישׂראל.

„הײַנטיקע צײַטן, צום ערשטן מאָל אין 2,000 יאָר, געפֿינט זיך אין ארץ־ישׂראל דער גרעסטער ייִדישער ייִשובֿ פֿון דער וועלט,‟ האָט דויטש באַמערקט. „ווען עפּעס טרעפֿט צום ערשטן מאָל אין 2,000 יאָר, איז זיכער כּדאי צו זײַן אַ טייל דערפֿון.‟