אַ מאַן שטייט פֿון פֿאָרנט און זאָגט קדיש, בשעת דער עולם, מענער און פֿרויען, זיפּן ביר, נאַשן און שמועסן אויף זייערע מאָבילקעס.
אַפֿילו בײַ רבנים מיט די אומרויִקסטע מתפּללים וואָלט אַזאַ סצענע אויסגעזען ווי אַ מין הפֿקר. אָבער דאָ, האַלט מען, אַז די געשעעניש רעפּרעזענטירט גיכער אַן אויפֿלעב פֿון תּפֿילה־זאָגן, איידער אַ ירידה פֿון די רעליגיעזע סטאַנדאַרטן.
צווישן די 400 געסט האָט מען געזען סײַ סעקולערע ייִדן, סײַ פֿרומע, און פֿאָרגעקומען איז עס אין ירושלים — די שטאָט וואָס איז לעצטנס באַרימט געוואָרן ווי אַ צענטער פֿון חרדישן עקסטרעמיזם. די אונטערנעמונג קומט פֿאָר בלויז אַ מײַל פֿון דער מערבֿ־וואַנט, וווּ די פֿרויען פֿון אַ פּראָגרעסיווער תּפֿילה־גרופּע זענען מיט עטלעכע וואָכן צוריק באַוואָרפֿן געוואָרן מיט אייער.
אָנגעהויבן האָט זיך עס דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרילינג, ווען צוויי ישׂראלדיקע געשעפֿטסלײַט האָבן פֿאַרוואַנדלט די אַמאָליקע ירשולימער באַן־סטאַנציע אין אַ צענטער פֿון קראָמען, רעסטאָראַנען און אַ זאַל מיט אַ בינע. בעת די זומער־חדשים האָט מען פֿאַרבעטן אַ צאָל מוזיקער אויפֿצוטרעטן ערבֿ־שבת און שפּילן מאָדערנע נוסחאָות פֿון די קבלת־שבת־תּפֿילות. בעת איין פֿאָרשטעלונג לעצטנס האָבן צוויי ענערגישע פֿרויען, איינע וואָס איר העמד האָט נישט געהאַט קיין אַרבל, געזונגען און אַפֿילו געשפּרונגען צום טאַקט.
„אפֿשר איז דאָס דער אָנהייב פֿון עפּעס נײַעס — אַז נישט־פֿרומע ייִדן זאָלן באַטראַכטן די ייִדישע קולטור אויף אַן אופֿן וואָס איז נישט אָרטאָדאָקסיש,‟ האָט באַמערקט עדי תּלמון, אַ מיטל־יאָריקער סעקולערער ירושלימער אײַנוווינער, וועלכער קומט אַהין יעדע וואָך. „ווי אַ נישט־פֿרומער, האַלט איך, אַז דאָס איז אַ פּרעכטיקער אופֿן צו פֿאַרענדיקן די וואָך, צו מאַכן אַן אונטערשייד צווישן דעם הייליקס און דעם טאָג־טעגלעכס.‟
ציפּי עלדאַר, אַ פּענסיאָנירטע פֿרוי אינעם עולם, האָט געלויבט דעם ירושלימער בירגער־מײַסטער, ניר ברקט, פֿאַר זײַן ראָלע אין שאַפֿן אַ מער פֿאַרשידנאַרטיקן קולטורעלן כאַראַקטער פֿון דער שטאָט. „שוין יאָרן לאַנג, וואָס ירושלים האָט געדאַרפֿט אַזאַ אונטערנעמונג.‟
די פֿרומע ייִדן אינעם עולם האָבן אויסגעדריקט צופֿרידנקייט, וואָס די לעבעדיקע קבלת־שבת אונטערנעמונג קומט פֿאָר ערבֿ־שבת, אַנשטאָט שבת, כּדי זיי זאָלן זיך אויך קענען באַטייליקן. (זומערצײַט, זעצט זיך די זון בערך 8:00 אין אָוונט, און די קאָנצערטן קומען פֿאָר מיט עטלעכע שעה פֿריִער.)
הגם דער עולם האָט אַרײַנגענומען פֿאַרשיידענע פֿון רעליגיעזע שטראָמען, האָט ער נישט אָפּגעשפּיגלט די עטנישע פֿילפֿאַרביקייט פֿון ירושלים. מע האָט געהערט אַ סך העברעיִש, ענגליש און פֿראַנצייזיש, אָבער זייער ווייניק רוסיש, און קיין עטיאָפּישע ייִדן זענען בכלל נישט געווען. עס האָט אויך אויסגעזען, ווי עס זענען געקומען אַ סך מער אַשכּנזים ווי ספֿרדים.
„ס׳איז נישטאָ אַזאַ זאַך ווי אַ סעקולערער ספֿרדי,‟ האָט באַמערקט שמואל אַהרנאָוו, אַ ספֿרדישער טאַקסי־שאָפֿער, וועלכער איז געקומען מיט דער משפּחה, ווײַל זײַן מאַמע און קינדער האָבן געוואָלט זײַן דערבײַ. אַהרנאָוו טראָגט נישט קיין יאַרמלקע, אָבער האַלט, אַז מע דאַרף היטן די טראַדיציעס לויטן אָרטאָדאָקסישן שטייגער.
שאָקלענדיק מיטן קאָפּ, האָט אַהרנאָוו אומצופֿרידן באַמערקט: „ווי קען מען סערווירן ביר מיט קדיש?‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.