ס‘איז אַזאַ אָנגענומענער „פֿאַקט‟, אַז ווען די ייִדישע קולטור האָט זיך אַנטוויקלט אין אַמעריקע בײַם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, איז זי איבערגעמאַכט געוואָרן, און די קולטור האָט „זיך גענידערט‟ מיט וווּלגאַרע שפּראַך און לידער, וואָס מע וואָלט קיין מאָל נישט געהערט אויף דער בינע אין דער „אַלטער היים‟.
ס‘איז מיר געקומען אונטער דער האַנט אַ זעלטן געזאַנגבוך פֿון וואַרשע, 1909, וואָס ווײַזט אַן אַנדער פּנים פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישן רעפּערטואַר. „ליברעטאָ: אַ זאַמלבוך פֿון לידער און דעקלאַמאַציאָנען פֿאַר גראַמאַפֿאָנען‟ האָט גענוג ווערטער צווישן די לידער, וואָס הייבן זיך אָן מיט „פּ‟ אָדער „ק‟, אַז מע דאַרף זיך פֿרעגן נאָך אַ מאָל, צי דער סטערעאָטיפּ איז אַ ריכטיקער.
איך ווייס נישט, צי אַן אַקאַדעמיקער האָט אַמאָל געפֿאָרשט די „גראָבקייט‟ און „איידלקייט‟ פֿונעם ייִדישן טעאַטער און לידער־רעפּערטואַר, און ס‘וואָלט אַוודאי געווען אַ שווערע עובֿדה. ווי קען מען מעסטן אַזוינע באַגריפֿן? גאָלדפֿאַדען האָט זיך טאַקע נישט באַניצט מיט וווּלגאַרע ווערטער אין זײַנע לידער, אָבער מיר דאַכט, אַז זײַן ליד „די ירושה פֿון מײַן זיידן‟ האָט געקלונגען גאַנץ פּראָסט אין זײַן צײַט.
מײַן טאַטע האָט מיר געגעבן אַ סגולה
קיין קעמל זאָל נישט קומען אין מײַן קאָפּ.
מײַן באָבע האָט אויך אויפֿן האַלדז אַזאַ גוליע,
מײַן ברודער — אין האַלדז אַ קנאָפּ.
קראַצן, קראַצט זיך די גאַנצע משפּחה,
נאָר אַזאַ האָרב געפֿינט מען ניט בײַ ייִדן?
דאָס איז מיר געבליבן — זכרונו לבֿרוכה,
בירושה פֿון מײַן זיידן!
אויך בערל בראָדער און וועלוול זבאַרזשער, די פֿאָלקס־פּאָעטן, וואָס האָבן געלייגט דעם גרונט פֿאַר גאָלדפֿאַדענס טעאַטער, האָבן אַ סך אָפּגעחוזקט, ספּעציעל זבאַרזשער, אָבער זיך געהאַלטן אין דער מאָס לויט די הײַנטיקע סטאַנדאַרטן פֿון גראָב.
צום 20סטן יאָר פֿון דער שאַפֿונג פֿון דער ייִדישער בינע, האָט מען אין 1897 אין אָמעריקע אַרויסגעגעבן אַ גרויסן באַנד ייִדישע טעאַטער־לידער — „די ייִדישע בינע‟, רעדאַקטירט פֿון חנן־יעקבֿ מיניקעס און יהודה קאַצענעלעבויגן. אָן ספֿק האָט די וויכטיקע זאַמלונג געדינט ווי אַ מוסטער פֿאַר „ליברעטאָ‟, אָבער קיין „גראָבע‟ לידער האָט מען אינעם באַנד „די ייִדישע בינע‟ נישט אַרײַנגענומען. אַפֿילו די אַמעריקאַנער לידער, ווי „שמענדריקס כּלה באַזינגען‟, וואָס גראַמט „קלאָץ‟ מיט __ געפֿינט מען בלויז אין דער פּוילישער זאַמלונג.
פֿאַראַן נאָך אַנדערשקייטן צווישן די אַמעריקאַנער און וואַרשעווער לידער־זאַמלונגען. אין „לעברעטאָ‟ זענען מער לידער אָנגעשריבן ווי דועטן, צווישן „חסיד‟ און „דײַטש‟, צווישן „ער‟ און „זי‟, און דאָס איז אַ ירושה פֿון די בראָדער זינגער, וואָס פֿלעגן זינגען און אויסשפּילן אַזוינע סצענעס אין די קרעטשמעס און ווײַנקעלער.
ייִדישע לידער האָבן אין דער צײַט שטאַרק ליב געהאַט סעקסועלע צוויי־טײַטשיקייט. אַ שטודיע פֿון די אַלוזיעס שטעלט מיט זיך פֿאָר צוויי פּראָבלעמען. קודם־כּל, איז שווער צו פֿאַרשטיין די ווערטער פֿון די אַלטע צעקראַצטע פּלאַטעס פֿון מיזרח־אייראָפּע. צווייטנס, כאַפּט נישט דער הײַנטיקער צוהערער די צוויי־טײַטשיקייט פֿון אַמאָל. אין לידער מיט „נייטראַלע‟ טיטלען, ווי „דאָס וואַסער קופּלעט‟, פֿאַרשטייט מען, אַז עפּעס אַ רמז קומט דאָ פֿאָר, אָבער אַ רמז אויף וואָס?
…וווּ אַ טײַכל און וווּ אַ מיקווה
שטעקט דאָרט אַ פֿאַרמעגן
אַיעדער מענטש סײַ קליין, סײַ גרויס
נאָך וואַסער גייט ער פּשוט אויס
וואָס פֿון וואַסער קומט אַרויס?
די ווײַבער זאָלט איר פֿרעגן!
אין „ליברעטאָ‟ קען מען לייענען די ווערטער צו עטלעכע פֿון פּעפּי ליטמאַנס לידער, און אירע הײַנטיקע חסידים וועלן זיך פֿרייען דאָס צו הערן. אַלע ווערטער צו איר באַליבט ליד „עולם הבא‟ קען מע סוף־כּל־סוף פֿאַרשטיין. ליטמאַן, איז געבוירן געוואָרן ווי פּעשע קאַהאַנע (1874 — 1930), און זי פֿלעג זיך אָנטאָן ווי אַ חסיד, אַ מאַן.
אינעם ליד לויפֿט די ייִדענע צום רבין, ער זאָל איר העלפֿן האָבן אַ קינד, אָבער —
דאָס ווײַבל האָט זיך טועה געווען
דאָס איז נישט געווען דער רבי אַליין
דאָס האָט זי גאָר געטראָפֿן אויף זײַן גבאי
דער גבאי האָט בײַ זיך געקלערט
„אַז אַ ווײַבעלע האָט אים גאָט באַשערט‟
אַז ער זאָל האָבן אַ שטיקל עולם־הבא.
די סנאָבן פֿון דער ייִדישער קולטור אין ניו־יאָרק האָבן אַראָפּגעקוקט מיט דער נאָז אויפֿן „סעקאָנד־עוועניו‟־טעאַטער, צוליב זײַן גראָבקייט און פּראָסטקייט, אָבער זעט אויס, אַז די טראַדיציע איז געקומען פֿון דער אַלטער היים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.