דאָס קליינע שטעטל דין-לע-בען (Digne-les-Bains), מיט 17 טויזנט תּושבֿים, וואָס געפֿינט זיך אינעם דרומדיקן טייל פֿון פֿראַנקרײַך — אינעם העכערן פּראָוואַנס, וווּ עס הייבן זיך אָן די אַלפּן, איז צום מערסטן באַקאַנט מיט די הייסע קוואַלן פֿון מינעראַל-וואַסער, וווּ די אוראַלטע רוימער פֿלעגן זיך באָדן, נאָך מיט 2,000 יאָר צוריק, פֿאַר מעדיצינישע צוועקן. די געגנט אַרום דין-לע-בען — אָדער, ווי דער עולם רופֿט עס אָן, און ווי דאָס שטעטל האָט ביז לעצטס געהייסן, פּשוט דין — איז אויך באַקאַנט מיט די ריזיקע לאַוואַנדע-פֿעלדער.
אַזוי ווי אַ סך אַנדערע אַלטע פֿראַנצויזישע שטעטלעך, האָבן מענטשן געוווינט אויף דעם דאָזיקן שטח נאָך אין דער שטיינערנער תּקופֿה, מיט טויזנטער יאָר צוריק. אַן אויפֿמערקזאַמער לייענער מיט אַ גוטן זכּרון קאָן זיך אויך דערמאָנען, אַז וויקטאָר הוגאָס באַרימטער ראָמאַן „די פֿאַרשטויסענע‟ (Les Misérables) הייבט זיך אָן אויך אין דין-לע־בען. ייִדן האָבן געוווינט אין דין נאָך אינעם 13טן יאָרהונדערט. אינעם צענטער פֿונעם שטעטל איז געבליבן אַן אָרט, וואָס הייסט נאָך אַלץ „די ייִדישע גאַס‟; הײַנט איז עס באַקאַנט ווי אַ טייל פֿונעם מוסולמענישן קוואַרטאַל, און די קליינע צאָל ייִדישע אײַנוווינער זענען צעשפּרייט אין די נײַערע ראַיאָנען.
פֿאַר ס׳רובֿ טוריסטן איז דין באַקאַנט, דער עיקר, מיט אירע „רוימישע בעדער‟ — אַ מאָדערנער באָד-צענטער, וועלכער געפֿינט זיך אויפֿן אָרט פֿונעם צוויי-טויזנט-יאָריקן אוראַלטן קוראָרט. פֿאַר מענטשן, וועלכע אינטערעסירן זיך מיט מיסטישע ענינים און ראָמאַנטישע אַווענטורעס, איז דאָס שטעטל צום מערסטן אינטערעסאַנט ווי די היים פֿון דער לעגענדאַרער רײַזנדער אַלעקסאַנדראַ דאַוויד-נעעל (1868־1969) — די ערשטע מערבֿדיקע פֿרוי, וועלכע האָט זיך דערקליבן ביז דער טיבעטער הויפּטשטאָט, להאַסאַ.
אַלעקסאַנדראַ דאַוויד-נעעלס טאַטע, לויִ-פּיער דוד, איז געווען אַ קריסט-פּראָטעסטאַנט מיט ייִדישע משפּחה-שרשים און אַנאַרכיסטישע איבערצײַגונגען. איר מאַמע, אַ שטאַרק-גלייביקע קאַטוילישע פֿרוי, האָט טיילווײַז געשטאַמט פֿון די סיבירישע מאָנגאָלן. לויִ-פּיער דוד איז געווען אַ נאָענטער חבֿר פֿונעם באַרימטן פֿראַנצויזישן געאָגראַף און אַנאַרכיסטישער טוער עליזע רעקלו, וועלכער האָט געגרינדעט, צוזאַמען מיט זײַן רוסישן מיטדענקער, פּיאָטר קראָפּאָטקין, אַ באַזונדערע „אַנאַרכיסטישע באַוועגונג‟ אין געאָגראַפֿיע.
צוליב דער באַקאַנטשאַפֿט מיט די אַנאַרכיסטישע קרײַזן, בר אָש מיט רעקלו, וועלכער איז געווען געשטימט שאַרף אַנטי־רעליגיעז, ווי ס׳איז געווען דער שטייגער אין רעוואָלוציאָנער-לינקע קרײַזן, איז לויִ-פּיער דודס טאָכטער געוואָרן, בײַם אָנהייב, אַ פֿאַרברענטע אַטעיִסטקע מיט אַ שטאַרק אומאָפּהענגיקן גײַסט. זײַענדיק אַ יונג מיידל, איז זי אַנטלאָפֿן פֿון אירע עלטערן און זיך געלאָזט וואַנדערן איבער אייראָפּע אויף אַ וועלאָסיפּעד. ווען זי האָט זיך אומגעקערט, האָבן די עלטערן געהאָפֿט, אַז זי וועט ווערן אַ פּראָפֿעסיאָנעלע זינגערין און אַ פּיאַניסטקע.
די טאָכטער האָט טאַקע אָנגעהויבן אַ דערפֿאָלגרײַכע קאַריערע ווי אַ פּאַריזער אָפּערע-זינגערין. אין דער זעלבער צײַט, האָט זי זיך באַקענט מיט עלענאַ בלאַוואַטסקי און אַנדערע עזאָטערישע דענקער. אַחוץ וועלטלעכע ראַדיקאַל-לינקע קרײַזן, האָט זי זיך אַלץ טיפֿער פֿאַראינטערעסירט מיט אָקולטיסטישע באַוועגונגען און דערגרייכט אַ הויכן „גראַד‟ ווי אַ מאַסאָנקע.
די מערבֿדיקע עזאָטעריקער האָבן אָבער נישט באַפֿרידיקט די יונגע פֿרוי. אינעם יאָר 1891 האָט זי צום ערשטן מאָל באַזוכט אינדיע, וווּ זי האָט שטודירט יאָגע און סאַנסקריט אין אַ טעאָסאָפֿישער קאָמונע. שפּעטער איז זי אַוועקגעפֿאָרן קיין טוניס, וווּ זי האָט זיך באַקענט און חתונה געהאַט מיטן אינזשעניר פֿיליפּ נעעל. דאָס פּאָרפֿאָלק האָט אָבער כּמעט נישט געלעבט צוזאַמען. באַלד נאָך דער חתונה, האָט אַלעקסאַנדראַ זיך געלאָגט ווײַטער וואַנדערן.
אינעם יאָר 1924, נאָך אַ לאַנגער סכּנותדיקער נסיעה, האָט אַלעקסאַנדראַ דאַוויד-נעעל זיך דערקליבן ביזן סאַמע האַרץ פֿון טיבעט — להאַסאַ. זי האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַן אָרטיקער אײַנוווינער; צו איר גליק, האָט מען אויף דער גרענעץ נישט באַמערקט, אַז זי איז אַ פֿרעמדע. צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע האָט אַ מערבֿדיקער מענטש דערזען דאַלײַ-לאַמאַס פּאַלאַץ אין דער טיבעטישער הויפּטשטאָט. ווען די רײַזנדע האָט דערגרייכט להאַסאַ, איז זי שיִער נישט געשטאָרבן פֿון הונגער און געווען אויסגעדאַרט ווי אַ סקעלעט.
נאָך אַ גאַנצער ריי אַווענטורע-נסיעות, האָט אַלעקסאַנדראַ זיך אומגעקערט קיין פֿראַנקרײַך, צוזאַמען מיט איר שטיף-זון, אַפֿור יאָגדען, אינעם יאָר 1946. דערמאָנט איז די רײַזנדע געווען שוין 78 יאָר אַלט. איר מאַן איז געשטאָרבן מיט עטלעכע יאָר פֿריִער, און איר באַליבטער שטיף-זון — אין 1955.
אַלעקסאַנדראַ דאַוויד־נעעל האָט פֿאַרוואַנדלט איר הויז אין דין אין אַ גרויסן בודיסטישן צענטער. ביז איר סאַמע טויט אינעם יאָר 1969, ווען זי געווען כּמעט 101 יאָר אַלט, האָט זי נאָך אַלץ געשריבן וועגן בודיזם און אַנדערע גײַסטיק-פֿילאָסאָפֿישע טעמעס. בסך-הכּל, האָט זי אָנגעשריבן בערך 30 ביכער, וועלכע האָבן מערקווירדיק משפּיע געווען אויף דער אַמעריקאַנער „היפּי‟-קולטור פֿון די 1960ער יאָרן.
אַלעקסאַנדראַ דאַוויד-נעעלס מוזיי אין דין האָט זייער אַן אומגעוויינטלעכן חידושדיקן טעם. מיט צען יאָר צוריק, זענען אין יענעם ווינקל פֿונעם הויז געווען טיבעטישע איקאָנעס, סטאַטועס און אַנדערע גײַסטיקע אָביעקטן. אַ סך זעלטענע אוצרות, וועלכע זענען אַמאָל געווען אינעם מוזיי, געפֿינען זיך איצט אין גרויסע פּאַריזער און אַנדערע וועלט-קאָלעקציעס; דער מוזיי איז זיך צעוואַקסן און האָט באַקומען אַ מער פֿאָרמעלן כאַראַקטער. מאַרי-מאַדלען פּייראָנע — אַן עלטערע פֿרוי, וועלכע האָט פֿאַרבראַכט צען יאָר מיט דער לעגענדאַרער רײַזנדער — פֿירט אַליין די אומזיסטע עקסקורסיעס. צוליב דעם באַרגיקן אַלפּישן פּייזאַזש, שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז די באַזוכער געפֿינען זיך נישט אין אַ פֿראַנצויזיש שטעטל, נאָר טאַקע ערגעץ אינעם ווײַטן מיזרח.
פּייראָנע האָט דערקלערט, אַז אינעם קרעמל בײַם מוזיי ווערן פֿאַרקויפֿט „בלויז אינטערעסאַנטע ביכער‟ און סוּווענירן. אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ פּאָפּולערע עזאָטערישע און אָקולטוסטישע קראָמען, פֿאַרקויפֿט מען דאָרטן טאַקע אַזאַ סחורה, וואָס קאָן פֿאַראינטערעסירן אַן ערנסטן און געבילדעטן פֿאָרשער פֿון דער בודיסטישער טראַדיציע.
צוואָנציק יאָר נאָך דאַוויד-נעעלס טויט, האָט איר הויז באַזוכט דער דאַלײַ-לאַמאַ, וואָס שאַצט הויך אָפּ די טעטיקייט פֿון דער באַרימטער רײַזנדער, וועלכע האָט אַנטדעקט טיבעט און די טיבעטישע גײַסטיקע קולטור פֿאַר דער מערבֿדיקער וועלט. אויפֿן טישל אינעם מוזיי ליגט דאָס אומגעוויינטלעכע געמיש פֿון ביכער, וועלכע די לעגענדאַרע פֿרוי האָט געלייענט פֿאַר איר טויט: די ווערק פֿונעם אַנאַרכיסט פּיער-זשאָזעף פּרודאָן, „די איסלאַמישע פֿילאָסאָפֿיע‟ פֿון אַנרי קאָרבען, און אַ גאַנצע ריי ביכער וועגן בודיזם.
אַ סך ייִדן און ייִדיש-שטאַמיקע מענטשן האָבן זיך באַטייליקט אין די פֿראַנצויזישע עזאָטערישע קרײַזן. נישט זעלטן האָבן זיי, אַזוי ווי דאַוויד-נעעל, קאָמבינירט ראַדיקאַל-פּאָליטישע אידעען און ווײַט-מיזרחדיקע חכמות. צום בײַשפּיל, איז מיראַ אַלפֿאַסאַ, אַ פּאַריז-געבוירענע ספֿרדישע פֿרוי, וועלכע האָט גוט געקענט דאַוויד-נעעל, איז געוואָרן אַ באַרימטע אינדישע פֿרוי-גורו, וועלכע האָט געגרינדעט אין אינדיע די גײַסטיקע קאָמונע אַוראָוויל.
מיך, וו אַ מענטש, וועלכער איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ גרויסער קרוינשטאָט, האָט פֿאַרחידושט דאָס, וואָס אַזעלכע אינטערעסאַנטע מוזייען, פֿאַרבונדן מיט זייער אומגעוויינטלעכע פּערזענלעכקייטן, טרעפֿן זיך נישט בלויז אין די ריזיקע וועלט-צענטערס, נאָר אויך אין אַזעלכע פּראָווינציעלע שטעט. ווײַזט אויס, אַז ס׳איז טאַקע כּדאַי צו וואַנדערן איבער דער וועלט — ווער ווייסט, וואָס מע קאָן געפֿינען אַפֿילו אין אַ ווייניק-באַקאַנט דערפֿל?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.