ווען שמואל, מײַן זעקסט קינד, איז געבוירן געוואָרן מיט „דאַון סינדראָם‟, האָב איך ביטער געוויינט. פֿון דעסטוועגן, ווען איך בין אַהיימגעקומען פֿון שפּיטאָל און דערזען מײַן אויסגעמאַטערטן מאַן, האָב איך אים פֿאַרזיכערט, אַז איך וועל זיך מיטן קינד פֿאַרנעמען; ער קען רויִק זיך אומקערן צו דער אַרבעט, פּונקט ווי ער האָט געטאָן נאָכן געבורט פֿון אונדזערע אַנדערע קינדער. נישט־וויסנדיק האָב איך אין איין רגע געפֿונען דעם קוראַזש צו דערציִען מײַן קראַנק קינד.
מיט צען יאָר שפּעטער האָב איך שוין פֿאַרשטאַנען ווי שווער עס איז. אַ מאָל מוז איך גיין זוכן אין די מיסטקאַסטנס, כּדי צו געפֿינען דאָס רעקל, וואָס שמואל האָט ווידער אַרויסגעוואָרפֿן, ווײַל ס׳איז אים געווען צו הייס אויף דער גאַס. ערשט לעצטנס איז אַ גרופּע אויפֿגעבראַכטע 11־יאָריקע קינדער געקומען צו אונדזער שטוב, זוכנדיק דעם וועלאָסיפּעד, וואָס שמואל האָט געבאָרגט אָבער פֿאַרגעסן אומצוקערן.
פֿון דעסטוועגן, ווען שמואל קומט אַהיים נאָך אַ לאַנגן נאָכמיטאָג ווער ווייסט וווּ, צעשטראַל איך זיך. וועגן זײַן אָרט אין אונדזער משפּחה איז קיין מאָל נישט געווען קיין שום ספֿק.
קיינער וויל נישט האָבן אַ קינד מיט „דאַון סינדראָם‟. אין ישׂראל זענען אָבער דאָ צוויי אופֿנים ווי אַזוי אַ פֿרוי קאָן זיך באַפֿרײַען פֿונעם עול. זי קען טאָן ווי מײַן סעקולערע שוועסטערקינד — אַבאָרטירן דאָס קינד; אָדער ווי מײַן פֿרומע שכנה — איבערלאָזן דאָס קינד אין שפּיטאָל. (אינעם צווייטן פֿאַל, איז, אַגבֿ, בעסער נישט צו קוקן אויפֿן קינדס פּנים, אַפֿילו נישט אויף אַ קורצער רגע. ווי יעדע מאַמע ווייסט, וועט עס מאַכן אַן אײַנדרוק, וואָס די מאַמע וועט שוין קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן.)
איך האָב שוין געהערט פֿון אַ צאָל פֿרויען אין דער חרדישער וועלט, וועלכע האָבן אַוועקגעגעבן זייער צוריקגעשטאַנען קינד. די סיסטעם אין ירושלים גייט אַזוי:
נאָך דעם ווי די מאַמע פֿאַרלאָזט דעם שפּיטאָל, נאָך איידער זי פֿאָרט אַהיים, טרעפֿט זי זיך מיט אַ חרדישער „משפּחה־פּלאַנירערין‟, גיט איר איבער אַלע פּרטים וועגן דעם קינד, און די „פּלאַנירערין‟ שטעלט אַ מעלדונג אין דער אָרטיקער פֿרומער צײַטונג „יתד נאמן‟, זוכנדיק אַ מאַמען. געפֿינען אַ בעלן איז דווקט נישט שווער. הגם ס׳פֿאָדערט אַ סך מי און געדולד צו דערציִען אַ קינד מיט „דאַון סינדראָם‟, לויבט די קהילה אַ משפּחה וואָס טוט עס ווײַל ס׳איז פֿאַררעכנט פֿאַר אַ גרויסער מיצווה. די צרה איז נאָר, אַז אַ מאָל ווערט עס אַ צו־גרויסער עול, און די משפּחה גיט עס איבער אַ צווייטן פּאָרפֿאָלק, פּונקט אַזוי ווי מע ווערט פּטור פֿון אַ נישט־געוווּנטשענעם קעצעלע.
די „משפּחה־פּלאַנירערין‟ וועט געוויינטלעך זאָגן דער אומגליקלעכער מאַמען, אַז דאָס עופֿעלע וועט דערצויגן ווערן בײַ אַן אַנאָנימער משפּחה, און זי, די מאַמע, וועט עס צוריק באַקומען אין אַ מער פּאַסיקער צײַט. יעדער, אַרײַנגערעכנט טאַטע־מאַמע, קען פֿאַדייען די פֿיקציע אויף אַ געוויסער צײַט, אָבער אין דער אמתן, קערט מען כּמעט קיין מאָל נישט צוריק דאָס קינד.
לעצטנס האָב איך אין אַ שבת־נאָכמיטאָג אין פּאַרק ווידער דערזען אונדזער „משפּחה־פּלאַנירערען‟, און לעבן איר האָבן זיך געשפּילט צוויי קינדער מיט „דאַון סינדראָם‟. במשך פֿון די יאָרן האָט זי פֿיר פֿון אַזוינע קינדער גענומען צו זיך.
כ׳האָב זי באַגריסט און געפֿרעגט ווי אַזוי ס׳גייט די אַרבעט. שמייכלענדיק וואָס אירע קינדער קײַקלען זיך שפּילעוודיק אַרײַן אין אונדזערע פֿיס, האָט זי באַמערקט: „כ׳וועל דיר זאָגן דעם אמת. איך האַלט, אַז די עלטערן ווייסן בכלל נישט ווי שיין עס איז צו דערציִען די קינדער. אָבער פֿאַרשטייט זיך, זאָג איך זיי גאָרנישט.‟
אויפֿן וועג אַהיים האָב איך געקלערט, אַז מע וואָלט טאַקע געדאַרפֿט באַדאַנקען די חרדישע קהילה פֿאַר זייער סיסטעם פֿון „פּלאַנירטע עלטערנשאַפֿט‟. אָבער פּוּנקט ווי גאָט וויינט ווען אַ פּאָרפֿאָלק גט זיך, בין איך זיכער, אַז ער וויינט אויך, ווען אַ מאַמע, פֿאַרבלענדט פֿון שרעק און אומוויסן, שיקט איר אומבאַליבט קינד אַרויס אין דער הפֿקרדיקער וועלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.