די פֿאַרהאַנדלונגען צונויפֿצוברענגען ישׂראל און טערקײַ זענען שטעקן געבליבן, צוליב דער פֿראַגע, צי די ישׂראלדיקע געלטער צו טערקײַ באַטרעפֿן אַ פֿרײַוויליקע מתּנה, אָדער אַ קאָמפּענסאַציע פֿאַר אַן עוולה.
טערקײַ האָט געהאַט אָפּגעקילט די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל און באַזײַטיקט דעם ישׂראלדיקן אַמבאַסאַדאָר, נאָך דעם אינצידענט אין יאָר 2010, ווען די ישׂראלדיקע סאָלדאַטן האָבן אָפּגעשטעלט אַ שיף אין אַ פֿלאָטילאַ, וואָס האָט געפּרוּווט דורכברעכן די ישׂראלדיקע בלאָקאַדע פֿון עזה.
נײַן טערקישע בירגער זענען דערהרגעט געוואָרן בעת דעם בלוטיקן קאָנפֿליקט אויף דער שיף, „מאַווי מאַרמאַראַ‟.
דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו האָט געבעטן מחילה בײַם טערקישן פּרעמיער רעצעפּ טאַיִפּ ערדאָגאַן אין מאַרץ, און די פֿאָרשטייער פֿון ביידע לענדער האָבן זיך געטראָפֿן אין אַפּריל און מײַ, כּדי ווידער אָנצוקניפּן נאָענטע באַציִונגען.
לויט דער טערקישער צײַטונג „הוריעט‟, האָבן ביידע צדדים מסכּים געווען אויף דער סומע וואָס ישׂראל האָט פֿאָרגעלייגט צו באַצאָלן טערקײַ, אָבער די פֿאַרמיטלער קאָנען נישט מסכּים זײַן, ווי אַזוי צו דעפֿינירן די אויסצאָלונג.
„מיר יאָגן זיך נישט נאָכן געלט,‟ האָט דערקלערט דער טערקישער וויצע־פּרעמיע בולענט אַרינץ. „ישׂראל דאַרף מודה זײַן, אַז זי איז שולדיק אין דער אַקציע. אויב נישט, וועלן מיר זיך מוזן אָפּזאָגן פֿון דעם געלט.‟
אַרינץ האָט צוגעגעבן, אַז איידער מע האָט געשלאָסן די פֿאַהאַנדלונגען צו באַנײַען די באַציִונגען, האָט טערקײַ געהאַט געבעטן ישׂראל אָפּצושוואַכן איר בלאָקאַדע פֿון עזה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.