דעם לעצטן טאָג פֿון אונדזער אַנומלטיקן וויזיט אין פּעטערבורג, האָבן מײַן פֿרוי און איך באַשלאָסן צו באַזוכן פּעטערהאָף — אַ באַרימטע פּעטערבורגער פֿאָרשטאָט, וווּ דער צאַר פּיאָטר דער ערשטער האָט געשאַפֿן פֿאַר זיך אַ וווּנדער-פּרעכטיקן פּאַרק אויפֿן ברעג פֿונעם באַלטישן ים — מיט פּאַלאַצן, באַגילדעטע פֿאָנטאַנען און אַנדערע גאָר שיינע אַרכיטעקטור-אוצרות. איך האָב פּלאַנירט זיך צו טרעפֿן מיט אַ צאָל חבֿרים, דערפֿאַר האָב איך זיי צונויפֿגערופֿן מיטצופֿאָרן קיין פּעטערהאָף.
ווי דער שטייגער איז, הייבט זיך אָן אַזאַ אונטערנעמונג מיט אַ „לחיים‟. מײַנע אַ חבֿרטע, וועלכע האָט געקויפֿט אַ פֿלאַש בראָנפֿן, האָט באַמערקט, ווי אַ וויץ, אַז איצט וועלן די אַרבעטער אין דער שפּײַז-קראָם שוין זען, ווער און ווי אַזוי פֿאַרשפּרייט שיכּרות אין רוסלאַנד, מיינענדיק דעם באַקאַנט אַנטיסעמיטישן מיטאָס, לויט וועלכן ייִדן זענען שולדיק אין דעם. אַליין איז זי אַ טראָצקיסטקע און מאַכט חוזק פֿון די רעכטע טעאָריעס. אין איר דירה, באַצירט מיט אַ גאַנצער גאַלעריע פֿון טראָצקיס פּאָרטרעטן און לינקע פֿלוג-בלעטלעך, האָט זי פֿאַר אונדז געשטעלט צו הערן דניאל קאַנס און פּסוי קאָראָלענקאָס לידער אויף ייִדיש, ווי אויך אַ דיסק מיט קלאַסישע רעוואָלוציאָנערע לידער.
סוף-כּל-סוף, האָט זיך מיר אײַנגעגעבן צונויפֿצוברענגען אַ שיינע קאָמפּאַניע. לויטן רוסלענדישן געזעץ, טאָר מען נישט טרינקען ביר אויף דער גאַס, שוין אָפּגערעדט פֿון אַ היסטאָרישן פּאַרק. למעשׂה, טוט מען עס אין רוסלאַנד אויף יעדן שריט און טריט. אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ מע מוז גיין אין געריכט און באַצאָלן אַ קנס פֿאַרן טרינקען בפֿרהסיה, איז דער טעאָרעטישער קנס פֿאַר דעם אין רוסלאַנד זייער אַ קליינער.
פּיאָטר דעם ערשטער האָט באַזונדערס ליב געהאַט איינעם פֿון זײַנע פּאַלאַצן מיטן פֿראַנצויזישן נאָמען „מאָן־פּלעזיר‟, וואָס מיינט „מײַן פֿאַרגעניגן‟. לעבן דעם דאָזיקן פּאַלאַץ האָבן מיר זיך אויסגעזעצט מיט ביר און אָנגעהויבן צו דיסקוטירן וועגן אַנאַרכיזם, טראָצקיזם, קבלה און ייִדיש. איינע פֿון די באַטייליקטע אין דער דיסקוסיע איז געווען ראָלאַ יוניס, אַן אַראַביש מיידל פֿון לבֿנון, וועלכע רעדט פֿליסיק אויף ייִדיש; איך האָב שוין געשריבן וועגן איר מיט אַ האַלב יאָר צוריק. נישט לאַנג צוריק איז זי געקומען פֿון פּאַריז צו שטודירן רוסיש אין פּעטערבורג און קאָן שוין רעדן כּמעט פֿרײַ. בסך-הכּל, האָבן מיר גערעדט איינער מיטן צווייטן אויף 5 שפּראַכן: רוסיש, ענגליש, פֿראַנצויזיש, ייִדיש און העברעיִש.
מײַן פֿרוי, וועלכע איז אויפֿגעוואַקסן אין פֿראַנקרײַך, האָט פֿאַרחידושט, וואָס די קעניגלעכע פּאַלאַצן און אַנדערע היסטאָרישע ערטער אין פּעטערבורג האָבן אַ בפֿירוש פֿראַנצויזישן טעם און זענען פֿול מיט פֿראַנצויזישע זאַכן. דאָס איז נישט קיין חידוש. די רוסישע קעניגן און אַריסטאָקראַטן פֿלעגן רעדן אויף פֿראַנצויזיש, שטאַרק ליב געהאַט פֿראַנקרײַך און האָבן באַטראַכט רוסיש ווי אַ „נידעריקע‟ שפּראַך פֿון פּויערים.
אַן אַנדער באַטייליקטער אין אונדזער פּעטערהאָף-נסיעה, אַ ייִד אַ טראָצקיסט, וועלכער ווייסט זייער גוט די פּעטערבורגער געשיכטע, האָט אויסגעפֿירט די ראָלע פֿון אַן עקסקורסיע-פֿירער. שפּעטער האָט ער באַמערקט אַ טשיקאַוון מאָמענט: הײַנט, ווען אין רוסלאַנד מערקט מען אָפּ דעם 400־יאָריקן יוביליי פֿון דער ראָמאַנאָוו-דינאַסטיע, זיצן בײַם צאַר פּיאָטרס באַליבסטן פּאַלאַץ אַן עקלעקטישע חבֿרה ייִדן, רעוואָלוציאָנערן און אויסלענדער, „פֿאַרשוועכנדיק‟ די קעניגלעכע רעזידענץ מיט ביר און בונטאַרישע געשפּרעכן. ווען דער צאַר וואָלט עס דערזען, וואָלט ער אונדז אַלע געקעפּט.
די ראָמאַנאָוו-דינאַסטיע האָט רעגירט אין רוסלאַנד פֿון 1613 ביז 1917, ווען די רעוואָלוציאָנערע כּוחות האָבן אַראָפּגעוואָרפֿן דעם מאָנאַרכישן רעזשים. אַ סך מיטגלידער פֿון דער קעניגלעכער משפּחה, אַרײַנגערעכנט דעם גרינדער פֿון פּעטערבורג, פּיאָטר דעם ערשטן, ליגן באַערדיקט אינעם באַרימטן פּעטראָפּאַוולאָווסקער קאַטעדראַל, אינמיטן דער היסטאָרישער פֿעסטונג, וועלכע איז הײַנט באַקאַנט ווי איינער פֿון די שטאָטישע הויפּט-סימבאָלן. בעת אונדזער וויזיט קיין רוסלאַנד, האָט דער רוסישער הויפּט-גלח, פּאַטריאַרך קיריל, דורכגעפֿירט דאָרטן אַ ספּעציעלע גאָטדינסט, מיט אַ גרויסן כּבֿוד. אויפֿן שטח פֿון דער פֿעסטונג האָט מען אויסגעבויט אַ ספּעציעלע סצענע, וווּ אַ כאָר האָט געזונגען מאָנאַרכיסטישע געזאַנגען.
עס וועט באַלד ווערן 100 יאָר, זינט די רוסישע מאָנאַרכיע איז בטל געוואָרן. יעדער קענער פֿון דער רוסישער געשיכטע ווייסט, אַז די קיניגן זענען געווען אַכזריותדיקע, בלוטיקע, אומיורשדיקע פּאַרשוינען. אינעם דערמאָנטן פּאַלאַץ „מאָן-פּלעזיר‟, האָט פּיאָטר אויסגעפֿרעגט זײַן זון, וועלכער איז געשטאָרבן פֿון פּײַניקונגען אין דער פּעטראָפּאַוולאָווסקער פֿעסטונג.
פֿאַר ייִדן, ווערט די רוסישע אימפּעריע אַסאָציִיִרט מיט אַנטיסעמיטיזם. צום פּשוטן רוסישן פֿאָלק האָבן די קיניגן זיך באַצויגן, אין דער אמתן, נישט בעסער. די פּעטערבורגער תּושבֿים שטאָלצירן מיט דעם, וואָס זייער שטאָט איז די שענסטע אויף דער וועלט. די וווּנדער-שיינע פּאַלאַצן און פּאַרקן זענען אָבער אויסגעבויט געוואָרן אויפֿן חשבון פֿון אומצאָליקע טויזנטער מענטשן, וועלכע זענען אויסגעמוטשעט געוואָרן אויף טויט פֿון דער שווערער אַרבעט. די רוסישע אַריסטאָקראַטן האָבן פֿײַנט געהאַט זייער פֿאָלק און פֿלעגן נעמען פֿראַנצויזישע גוּווערנאַנטקעס פֿאַר זייערע קינדער, כּדי זייער מאַמע-לשון זאָל זײַן פֿראַנצויזיש און נישט, חלילה, דער „גראָבער‟ פּויערישער רוסיש. ווען נאַפּאָלעאָן האָט זיך געטראָפֿן מיטן צאַר אַלעקסאַנדר, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער רוסישער אימפּעראַטאָר רעדט אויף אַ גלענצדיקן ליטעראַרישן פֿראַנצויזיש, אין קאָנטראַסט מיט נאַפּאָלעאָנס פּראָסטן קאָרסיקאַנער אַקצענט.
נישט געקוקט אויף דער סתּירותדיקער געשיכטע פֿון דער קעניגלעכער דינאַסטיעק האָבן די הײַנטיקע רוסלענדישע מלוכישע אָרגאַניזאַציעס געהאָלפֿן צו אָרגאַניזירן אַ גאַנצע ריי פֿײַערונגען, לכּבֿוד דעם 400־יאָריקן יוביליי פֿון דער קעניגלעכער דינאַסטיע. עטלעכע מאָנאַרכיסטישע אָרגאַניזאַציעס האָבן געשאַפֿן פֿאַר דעם דאָזיקן צוועק ספּעציעלע פֿאָנדן. אינעם יאָר 1924 האָט דער קניאַז (פּרינץ) קיריל, דאָס שוועסטערקינד פֿונעם דערהרגעטן צאַר ניקאָלײַ דעם צווייטן, זיך דערקלערט ווי אַ נײַעם אימפּעראַטאָר. וווינענדיק אין דײַטשלאַנד, האָט ער, צווישן אַנדערע „מעשׂים-טובֿים‟, געשטיצט די נאַצי-פּאַרטיי. זײַן קוזינע און ווײַב וויקטאָריאַ האָט „במסירת-נפֿש‟ פֿאַרקויפֿט פֿאַר דעם דאָזיקן „הייליקן‟ צוועק אירע משפּחה-אוצרות.
מאַריאַ ראָמאַנאָוואַ, דעם קניאַז קירילס אייניקל, וווינט איצט אין שפּאַניע און פֿירט אָן מיטן „רוסישן קעניגלעכן הויז‟; זי באַטייליקט זיך אַקטיוו אין די פֿײַערונגען. ניקאָלײַ ראָמאַנאָוו, אַן 90־יאָריקער מאַן, וועלכער שטאַמט אויך פֿון דער קעניגלעכער דינאַסטיע און וווינט אין פֿראַנקרײַך, אָנערקענט נישט דעם טיטל פֿון דער פּרינצעסין מאַריאַ און פֿירט אָן מיט אַ קאָנקורירנדיקער אָרגאַניזאַציע. דער עלטערער פּרינץ האָט זיך אָפּגעזאָגט צו באַזוכן די פּעטערבורגער אונטערנעמונגען; זײַן אָפּזאָג האָט אַרויסגערופֿן אַ סקאַנדאַל צווישן די מאָנאַרכיסטן.
די עיקר-דאַטע פֿון די פֿײַערונגען איז געווען דער 21סטער יולי, ווען מיט 400 יאָר צוריק איז מיכאַיִל ראָמאַנאָוו באַטיטלט געוואָרן, ווי דער ערשטער קעניג פֿון דער דינאַסטיע. מיט אַ וואָך צוריק, אין מײַן אַרטיקל וועגן דער פּעטערבורגער שיל, האָב איך דערמאָנט, אַז אין פּעטערבורג טרעפֿן זיך כּסדר סוררעאַליסטישע געשעענישן. אַזאַ טעם טראָגן אויך די הײַנטיקע מאָנאַרכיסטישע שפּילערײַען, וועלכע ווערן אַסאָציִיִרט מיט פֿאַרשיידענע רעכטע אָרגאַניזאַציעס. בעת אונזדער וויזיט אין פּעטערבורג, האָבן מיר געזען אַן אויסערליש־משונהדיקן אַלטן מאַן מיט אַ לאַנגער באָרד, וועלכער האָט פֿאַרשפּרייט אַנטיסעמיטישע ליטעראַטור אויף דער גאַס, אינעם סאַמע צענטער פֿון שטאָט, לכּבֿוד דעם גרויסן מאָנאַרכיסטישן יוביליי.
אַ צאָל הײַנטיקע מאָנאַרכיסטישע אָרגאַניזאַציעס פּרוּווט אויפֿצולעבן די „שוואַרצע מאה‟, דעם „פֿאַרבאַנד פֿונעם מלאך מיכאל‟ און אַנדערע טרויעריק-באַרימטע פּאָגראָם-גרופּעס. צום גליק, איז מאָנאַרכיזם נישט פּאָפּולער אינעם הײַנטיקן רוסלאַנד, דערפאַר ווערן די היסטאָרישע קעניגלעכע פּאַרקן אַסאָציִיִרן, דער עיקר, מיט אַזעלכע פֿאַרווײַל-שפּאַצירן, ווי אונזדער „ביר-נסיעה‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.