אייראָפּע האָט ערשט לעצטנס פּראָקלאַמירט, אַז „כעזבאָלאַ‟ איז אַ טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע. נישט געקוקט אויף דעם, וואָס די אָרגאַניזאַציע האָט שוין געהרגעט צענדליקער פֿראַנצויזישע סאָלדאַטן אין יאָר 1983, אַטאַקירט אַ פּאַסאַזשיר־עראָפּלאַן אין גריכנלאַנד אין 1985, און דורכגעפֿירט אַן אַטאַקע אין לאָנדאָן אין 1994 — האָט דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד זיך געכאַפּט און לעצטנס מודה געווען אויפֿן פֿאַקט. אָבער אייראָפּע איז נישט די איינציקע וואָס מאַכט זיך נישט־וויסנדיק. לויט די קריטעריעס פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, איז אויך דער „טאַליבאַן‟ נישט קיין טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע!
אויב „כעזבאָלאַ‟ איז ביז אַהער נישט דעפֿינירט געוואָרן ווי אַ טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע, לויט אייראָפּע, און דער „טאַליבאַן‟ איז נאָך אַלץ נישט קיין טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע, לויט אַמעריקע, איז, וואָס הייסט עס, אייגנטלעך, אַ טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע?
דער מקור פֿונעם טערמין שטאַמט פֿון דער תּקופֿה נאָך דער פֿראַנצויזישער רעוואָלוציע, וואָס ווערט גערופֿן „דער טעראָר‟. די אַגענטן פֿון דעם קאָמיטעט פֿאַר זיכערהייט פֿונעם ציבור, וואָס האָבן דורכגעפֿירט דעם טעראָר קעגן די אידעאָלאָגישע שׂונאים, האָט מען גערופֿן „טעראָריסטן‟. זינט דעמאָלט האָט זיך דער טײַטש פֿונעם וואָרט שטאַרק געביטן, אָבער מען קען זען עטלעכע בשותּפֿותדיקע שטריכן וואָס גילטן אויך הײַנט — די מהומה, דער געוואַלד און דער אידעאָלאָגישער הינטערגרונט.
אין די פֿאַרגאַנגענע 30 יאָר האָבן עטלעכע פֿאָרשער געפּרוּווט אויסגעפֿינען די פּינקטלעכע דעפֿיניציע פֿון טעראָריזם, וואָס די אַלע מדינות און וועלט-אָרגאַניזאַציעס וואָלטן געקענט נוצן אין זייערע געזעצן. זיי האָבן געהאַט אַ קליינע הצלחה. דער מומחה וויליאַם לאַקור האָט זיך אָנגעלייענט מיט איבער הונדערט דעפֿעניציעס פֿאַר טעראָר און געקומען צו דער מסקנה, אַז די איינציקע זאַך, וואָס אַלע זײַנען דערמיט מסכּים איז, וואָס טעראָריזם האָט צו טאָן מיט געוואַלד און דער מעגלעכקײט פֿון ברענגען געוואַלד.
בקיצור, אָן אַ שײַכות צו פּאָליטיק, האָט דער איצטיקער פּרעמיער פֿון ישׂראל, ביבי נתּניהו, זיך איין מאָל געוויצלט אין וואַשינגטאָן בשעת דער צווייטער אינטיפֿאַדע: „די אַמעריקאַנער ווייסן, אַז אויב עס זעט אויס ווי אַ קאַטשקע, און עס גייט ווי אַ קאַטשקע, און עס שרײַט ווי אַ קאַטשקע, איז דאָס אַ טעראָריסט.‟
אַוודאי, מיינט עס נישט, אַז מען דאַרף אַראָפּלאָזן די הענט. אַ רוצח וואָס רײַסט זיך אויף אין אַן אויטאָבוס, פֿולגעפּאַקט מיט שול-קינדער, מוז אָנגערופֿן ווערן — טעראָריסט, אַפֿילו אויב מ‘איז נישט זיכער, צי טעראָריזם איז געצילט נאָר קעגן ציווילע. צוליב דעם האָבן פֿאַרשידענע מדינות זייערע אייגענע דעפֿעניציעס, וואָס זיי נוצן צוליב זייערע אייגענע באַדערפֿענישן. אין אַמעריקע האָבן פֿאַרשידענע אַגענטורן זייערע אייגענע דעפֿיניציעס.
לאָמיר זיך אָבער אומקערן ווידער צו אייראָפּע. אַ גרופּע — איז אַ טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע, לויטן אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, אָבער נאָר דעמאָלט, אויב אַלע מדינות אינעם פֿאַרבאַנד זײַנען מיט דעם מסכּים. אַ מאָל האָט מען נישט געוואָלט אָפֿן זאָגן, אַז „כעזבאָלאַ‟ פֿאַרנעמט זיך מיט טעראָריזם, ווײַל עס איז געווען מער וויכטיק אין די אויגן פֿון די אייראָפּעער, אַז לבֿנון זאָל בלײַבן סטאַביל נאָך איר געפֿערלעכן בירגערקריג. דער מצבֿ האָט זיך געביטן נאָכדעם, ווען עס איז געוואָרן קלאָר, אַז „כעזבאָלאַ‟ איז אַ וויכטיקער טייל פֿון די כּוחות, וועלכע קעמפֿן אויף דער זײַט פֿונעם סירישן פּרעזידענט אַסאַד. אייראָפּע שטיצט די רעבעלן און דעריבער קען זי זיך ווײַטער נישט מאַכן כּלא־ידע. פֿון דער צווייטער זײַט, איז זי אויך נישט גרייט צו פֿאַרשלעפּן לבֿנון טיפֿער אינעם קריג. דעריבער האָט אייראָפּע פּראָקלאַמירט, אַז נאָר די מיליטערישע צווײַג פֿון „כעזבאָלאַ‟ איז אַ טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע, אָבער דער פּאָליטישער צווײַג — ניין. אַגבֿ, איז דער סימבאָל פֿון „כעזבאָלאַ‟ אַ ביקס. און אַ ביקס, ווי מע ווייסט, שיסט!
דאָס זעלבע איז מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַן אָרגאַניזאַציע גייט אַרײַן אין דער רשימה פֿון טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס נאָר אויב: א) זי שטאַמט פֿון אויסלאַנד, ב) זי פֿאַרנעמט זיך מיט „טעראָריסטישע‟ אַקטיוויטעטן לויט דער דעפֿיניציע פֿון קאָנגרעס און ג) זי באַדראָט די אַמעריקאַנער זיכערקייט-אינטערעסן. אָבער נישט אַלע אַזעלכע אָרגאַניזאַציעס גייען אַרײַן אין דער רשימה. אַ מאָל וויל אַמעריקע נישט מודה זײַן, אַז אַ גרופּע איז אַ טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע, ווײַל די רעגירונג האָט אַנדערע צילן.
אין דעם פֿאַל פֿונעם „טאַליבאַן‟ האָט אַמעריקע געוואָלט מער קעמפֿן קעגן דעם נאַרקאָטיק־עקספּאָרט פֿון אַפֿגאַניסטאַן, און איצט וויל זי שטיצן שלום צווישן דעם „טאַליבאַן‟ און דער אַפֿגאַנישער רעגירונג. אין אַזאַ פֿאַל באַווײַזט זיך נישט די טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע אין דער רשימה, אָבער דער פֿינאַנץ־דעפּאַרטאַמענט פֿירט סאַנקציעס קעגן אירע מיטגלידער און שטיצער.
מלחמה איז אַן אַכזריותדיקער ענין, און עס איז קלאָר, אַז מענטשן ווילן טאָן אַלץ וואָס ס‘איז נאָר מעגלעך, צו פֿאַרקלענערן דאָס אַכזריות. אַז מען רעדט וועגן נאָרמאַלע אַרמייען פֿון מדינות, שרײַבט מען אונטער אינטערנאַציאָנאַלע אָפּמאַכן. אָבער עס איז שווערער צו פֿאָדערן פֿון אַ האַלב-באַהאַלטענער אָרגאַניזאַציע אַזעלכע כּללים. דער מצבֿ ווערט נאָך מער קאָמפּליצירט צוליב די אינטערעסן פֿון פֿאַרשידענע מדינות בעתן קעמפֿן, שטיצן אָדער איגנאָרירן אָט די אָרגאַניזאַציעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.