אין מײַ, ווען דוג פֿרידלענדער איז געשטאַנען אונטער דער חופּה מיט זײַן כּלה, האָט ער זיך געפֿילט „אויפֿן זיבעטן הימל‟. דאָס איז געווען די ערשטע ייִדישע חתונה אין העלענע, שטאַט אַרקענסאָ, אין מער ווי 20 יאָר. אַמאָל האָבן אין העלענע, אַ שטעטל מיט 12 טויזנט תּושבֿים, געוווינט 150 ייִדישע משפּחות. הײַנט איז דאָרטן געבליבן בלויז אַ קנאַפּער צענדליק ייִדן, על-פּי-רובֿ זקנים פֿון איבער 85 יאָר אָדער עלטער. אינעם יאָר 2006, האָט די אָרטיקע קהילה מער נישט געקאָנט אונטערהאַלטן די שיל און איבערגעגעבן דעם בנין דער שטאַט-אַדמיניסטראַציע; הײַנט געפֿינט זיך דאָרט אַ מלוכישער סאָציאַלער צענטער, וועלכן פֿרידלענדער האָט געדונגען פֿאַר זײַן חתונה.
פֿרידלענדערס חתונה איז אַ בײַשפּיל פֿון אַ נײַעם פֿענאָמען: אַלץ מער יונגע ייִדן באַזעצן זיך הײַנט אין די דרומדיקע שטאַטן. דער ראַבינער מאַרשאַל קלייווען, וועלכער פֿירט אָן מיט די רבנישע דינסטן בײַם „אינסטיטוט פֿאַרן ייִדישן לעבן אויפֿן דרום‟, האָט דערקלערט, אַז אַפֿילו איין נײַע ייִדישע משפּחה קאָן העלפֿן אונטערצוהאַלטן ייִדישקייט אין אַזעלכע קליינע שטעטלעך — אויב זי באַטייליקט זיך אינעם אָרטיקן קהילה-לעבן.
אינעם יאָר 2010, האָט קלייווען די ייִדישע קהילה אין קראָסוויל, אַ שטעטל אינעם שטאַט טענעסי מיט 11 טויזנט תּושבֿים. געוויינטלעך, דאַוונען אין דער דאָרטיקער שיל בלויז 20 מענטשן. צום ראַבינערס חידוש, האָבן זיך דאָרטן פֿאַרזאַמלט 70 מענטשן. נאָרט גודמאַן, דער קהילה-פּרעזידענט, האָט איבערגעגעבן, אַז הײַיאָר האָבן 150 מענטשן, ייִדן און נישט-ייִדן, זיך באַטייליקט אינעם קראָסווילער פּסח-סדר.
אין דאָטאַן, שטאַט אַלאַבאַמע, העלפֿט אַ ספּעציעלע פּראָגראַם צוצוציִען ייִדן. אַ יונגע ייִדישע משפּחה אָדער אַ פּענסיאָנער קאָן באַקומען אַ מתּנה פֿון 50,000 דאָלאַר, אויב מע באַזעצט זיך דאָרטן אויף אַ פּעריאָד פֿון דרײַ יאָר. זינט 2008, האָט די דאָזיקע פּראָגראַם צוגעצויגן 6 מענטשן.
אַ טייל געבילדעטע יונגע-לײַט האָבן ליב אַזעלכע קליינע שטעטלעך, וווּ ס׳איז גרינגער פֿאַר זיי צו געפֿינען אַן אינטערעסאַנטע, באַדײַטפֿולע אַרבעט. דוד סאָלאָמאָן, אַ 97־יאָריקער ייִדישער אײַנוווינער פֿון העלענע, האָט באַטאָנט, אַז ער וואָלט געווען צופֿרידן צו זען מער ייִדן אינעם שטעטל. ער גלייבט אָבער נישט, אַז אַזאַ קליין פּראָווינציעל אָרט קאָן פֿאַראינטערעסירט גענוג יונגע-לײַט.
פֿרידלענדער, אַ געבוירענער אין ניו־יאָרק, איז אָנגעקומען קיין העלענע אינעם יאָר 2004, און אָנגעהויבן צו אַרבעטן דאָרטן ווי אַ וויסנשאַפֿט-לערער בײַ אַ נישט-קאָמערציעלער בילדונג-אָרגאַניזאַציע. הײַנט פֿירט ער אָן מיט דער אָרטיקער פּאַלאַטע פֿון קאָמערץ. אין פֿאַרגלײַך מיט סאָלאָמאָנען, גלייבט ער, אַז העלענע קאָן פֿאָרלייגן די יונגע-לײַט נײַע אַרבעט-געלעגנהייטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.