אַ באַוואָפֿנטלער רויבער האָט צוגעגנבֿעט בריליאַנטן אויף אַ סומע פֿון בערך 53 מיליאָן דאָלאַר בײַם ישׂראלדיקן ביליאָנער לוי לעוואַיעוו, וועלכער האָט זיי אויסגעשטעלט אין דער פֿראַנצויזישער קוראָרט-שטאָט קאַן. זונטיק נאָכמיטאָג, דעם 28סטן יולי, האָט דער רויבער זיך אַרײַנגעריסן מיט אַן אויטאָמאַטישן פּיסטויל אויף דער דימענט-אויסשטעלונג, איבערגעשראָקן דעם פּערסאָנאַל און די באַזוכער, אָנגעפֿילט זײַן טשעמאָדאַן מיט בריליאַנטן און טײַערע זייגערס, און אַנטלאָפֿן. אויב די אָנגעוויזענע סומע פֿון דער גנבֿה איז טאַקע ריכטיק, איז עס געווען איינע פֿון די גרעסטע רויבערײַ-מעשׂיות אינעם לאַנד. בעת דעם אַנומלטיקן פּאָפּולערן קינאָ-פֿעסיטיוואַל אין קאַן זענען געשען נאָך צוויי קלענערע גנבֿות פֿון יוּוועליר-חפֿצים. די אַדמיניסטראַציע פֿונעם האָטעל האָט נישט באַשטעטיקט די סומע פֿון דער גנבֿה; דער פּראָקוראָר פֿון דער שכנישער שטאָט גראַס האָט געמאָלדן, אַז די דימענטן האָבן געקאָסט „עטלעכע מיליאָן יוראָ‟.
לעוואַיעוו האָט אויסגעשטעלט זײַנע בריליאַנטן אינעם לוקסוס-האָטעל „קאַרלטאָן‟. דער רויבער האָט געטראָגן הענטשקעס און צוגעדעקט זײַן פּנים מיט אַ שאַל. דאָס פֿאַרברעכנס איז פֿאָרגעקומען זייער גיך; דראָענדיק דעם עולם מיט זײַן געווער, האָט דער רויבער געפֿאָדערט איבערצוגעבן עטלעכע זעקלעך מיט דימענטן, יוּוועליר-צירונגען און בריליאַנט-זייגערס. קיינער אינעם האָטעל האָט נישט געליטן. די פּאָליציי האָפֿט, אַז די ווידעאָ-רעקאָרדירונג פֿון דער פֿאַרברעכן-סצענע וועט העלפֿן צו געפֿינען דעם גנבֿ. לעוואַיעוו, אַ 57־יאָריקער ייִד פֿונעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין טאַשקענט, אוזבעקיסטאַן, וווינט איצט אין ישׂראל און פֿאַרמאָגט אַ צאָל דימענט-מינעס אין רוסלאַנד און אַפֿריקע. לויטן זשורנאַל „פֿאָרבס‟, באַטרעפֿט זײַן פּערזענלעכער קאַפּיטאַל 4.1 מיליאַרד דאָלאַר. דער דאָזיקער געשעפֿטסמאַן איז באַקאַנט ווי אַ גרויסער שטיצער פֿון די ליובאַוויטשער בילדונג-אינסטיטוציעס. דער האָטעל, וווּ די מעשׂה איז פֿאָרגעקומען, איז אויך באַקאַנט ווי דאָס אָרט, וווּ דער באַרימטער רעזשיסאָר אַלפֿרעד היטשהאָק האָט פֿילמירט די רויבערײַ-סצענע אין זײַן פֿילם „צו כאַפּן אַ גנבֿ‟. דער אַקטיאָר קאַרי גרענט האָט געשפּילט די ראָלע פֿונעם רויבער, און די אַקטריסע גרייס קעלי — די ראָלע פֿון דער שיינער פֿראַנס. דער פֿילם איז אַרויס אינעם יאָר 1955.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.