באַסקעטבאָל-בר-מיצווה

Basketball Bar Mitzvah

פֿון רבֿקה מאָדעל

Published July 31, 2013, issue of August 16, 2013.

דזשאָש וואַסערמאַן שפּילט באַסקעטבאָל
Courtesy of the Wasserman family
דזשאָש וואַסערמאַן שפּילט באַסקעטבאָל

אין צפֿת — די שטאָט אינעם צפֿונדיקן טייל פֿון ישׂראל, באַרימט מיט איר שיינקייט און היסטאָרישע פֿאַרבינדונגען מיט קבלה — וועט זיך אין גיכן עפֿענען אַ נײַע באַסקעטבאָל-מאַנשאַפֿט, געגרינדעט דורך אַ ניו-יאָרקער בר-מיצווה-ייִנגל מיטן נאָמען דדזשאָש וואַסערמאַן.

וואַסערמאַן, אַ ליבהאָבער פֿון באַסקעטבאָל, האָט באַשלאָסן אָפּצוגעבן זײַנע געלט-מתּנות, כּדי צו העלפֿן די קינדער, וועלכע וווינען אינעם צפֿתער צענטער פֿאַר נײַע אימיגראַנטן פֿון עטיאָפּיע, צו שאַפֿן זייער אייגענע באַסקעטבאָל-מאַנשאַפֿט מיט אַ נײַ פֿעלד, וווּ זיי וועלן שפּילן.

דאָס ייִנגל האָט דערציילט, אַז ער האָט געהערט מעשׂיות וועגן די אָרעמע עטיאָפּישע קינדער פֿון זײַן טאַטן, דוד וואַסערמאַן, וועלכער האָט זיך נישט לאַנג צוריק אומגעקערט פֿון ישׂראל, וווּ ער האָט געדינט ווי אַ באַאַמטער פֿון דער ניו-יאָרקער „UJA‟-פֿעדעראַציע. די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע האָט געהאָלפֿן דעם קליינעם דזשאָש צו פֿאַרווירקלעכן זײַן פּלאַן. זײַנע ברידער און שוועסטער האָבן זיך אויך באַטייליקט אינעם פּראָיעקט און אָפּגעגעבן אַ טייל פֿון זייער געלט.

דזשאָשס מתּנה וועט דערמעגלעכן צו שאַפֿן אַ שפּיל-פֿעלד פֿאַר די יונגע באַסקעטבאָליסטן, צו פֿאַרבעטן אַ נײַעם טרענירער אויף איין יאָר און צו קויפֿן ספּעציעלע אוניפֿאָרמען מיטן נאָמען „וואַסערמאַן-מאַנשאַפֿט‟ אויף ענגליש און העברעיִש.

דאָס ייִנגל, וואָס האָט געגעבן דאָס געלט, שפּילט אין עטלעכע ניו-יאָרקער אַלגעמיינע און ייִדישע באַסקעטבאָל-מאַנשאַפֿטן. זײַן עלטערער 16־יאָריקער ברודער דניאל רעפּרעזענטירט איצט די אַמעריקאַנער יוגנטלעכע קאָמאַנדע פֿון „מכּבי‟-באַסקעטבאָליסטן אין ישׂראל. זײַן ייִנגערער 10־יאָריקע ברודער, אַדם, שפּילט שוין אויך, און זײַן 6־יאָריק שוועסטערל, חנה, הייבט שוין אָן צו פֿאַרנעמען זיך מיט ספּאָרט.

ביידע עלטערן פֿונעם ייִנגל זענען אויך באַסקעטבאָל-שפּילער. דזשאָש האָט דערקלערט, אַז ער האָט געוואָלט עפּעס טאָן אין שײַכות צו זײַן בר-מיצווה, וואָס וואָלט געהאַט פֿאַר אים אַ ספּעציעלן באַדײַט. צוליב דעם, וואָס ער שטאַמט פֿון אַזאַ באַסקעטבאָל-משפּחה, האָט ער באַשלאָסן צו העלפֿן די אָרעמע עטיאָפּישע קינדער אין ישׂראל, זיי זאָל באַקומען אַ מעגלעכקייט צו פֿאַרנעמען זיך מיט זײַן באַליבסטן מין ספּאָרט. דעם 31סטן יולי, 4 אַזייגער נאָכמיטאָג, וועט בײַם עטיאָפּישן אַבסאָרבציע-צענטער אין צפֿת פֿאָרקומען אַ ספּעציעלע „חנוכּת-הבית‟ פֿונעם נײַעם שפּיל-פֿעלד, אין וועלכער עס וועט זיך באַטייליקן דזשאָש וואַסערמאַן, צוזאַמען מיט זײַן משפּחה. אילן האַלפּערין, אַ פֿאָרשטייער פֿון דער ניו־יאָרקער „UJA‟-פֿעדעראַציע אין ישׂראל, וועט אויפֿטרעטן מיט אַ רעדע.