רוים. — צענדליקער דעמאָנסטראַנטן, אַרײַנגערעכנט מיטגלידער פֿון דער אָרטיקער ייִדישער קהילה, האָבן מאָנטיק זיך באַטייליקט אין אַ מאַניפֿעסטאַציע פֿאַרן הויז, וווּ דער „עס־עס‟־אָפֿיציר, וועלכער האָט אויסגעפֿירט איינע פֿון די ערגסטע שחיטות אין איטאַליע בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט געפּראַוועט זײַן 100סטן געבוירן־טאָג.
עריך פּיבקע, אַ געוועזענער „עס־עס‟־אָפֿיציר, וווינט זינט 1998 אונטערן הויז־אַרעסט אין דער איטאַליענישער קרוינשטאָט, נאָכן ווערן פֿאַרמישפּט צו לעבן־לאַנגער טורמע, צוליב זײַן ראָלע אינעם פֿאַרניכטן 335 ציווילע לײַט אין די אַרדעאַטין־היילן לעבן רוים, אין מאַרץ 1944.
ווען ס׳איז בעת דער דעמאָנסטראַציע אָנגעקומען אַ מאַן, אידענטיפֿיצירט ווי פּריבקעס אייניקל, טראָגנדיק אין דער האַנט אַ פֿלאַש שאַמפּאַניע, האָבן עטלעכע דעמאָנסטראַנטן אים געגעבן אַ שטופּ, שרײַענדיק: „מעגסט זיך שעמען!‟ און „אַ שאַנדע!‟
„אַזאַ פּראָוואַקאַציע, אָנצוקומען מיט אַ פֿלאַש שאַמפּאַניע!‟ האָט איין דעמאָנסטראַנט אויסגעשריגן.
נאָך כּמעט 70 יאָר, איז איטאַליעס ראָלע אין דער צווייטער וועלט־מלחמה נאָך אַלץ אַ סענסיטיווער ענין, אין אַ לאַנד, וואָס איז שיִער נישט אַרײַנגעזונקען אין אַ בירגערקריג, נאָך דעם ווי די פֿאַשיסטישע דיקטאַטור פֿון בעניטאָ מוסאָלינאָ איז זיך פֿונאַנדערפֿאַלן אין 1943.
די שפּאַנונג אין שײַכות מיט פּריבקעס געבוירן־טאָג איז נאָך מער אָנגעשטרענגט געוואָרן, נאָך דעם ווי עמעצער האָט אויפֿגעהאָנגען פּלאַקאַטן, באַגריסנדיק דעם געוועזענעם נאַצי־אָפֿיציר. פּריבקע האָט קיין מאָל נישט אויסגעדרוקט חרטה פֿאַר זײַן ראָלע אין דער מלחמה.
לויט אַ באַריכט אין דער טאָגצײַטונג, „קאָריערע דעלאַ סעראַ‟, איז געהאָנגען אַ פּלאַקאַט מיט די ווערטער, „אַ פֿריילעכן געבוירן־טאָג, קאַפּיטאַ פּריבקע!‟, אונטערגעשריבן פֿון אַ גרופּע, „מיליטאַנטישער ציבור אין טיבורטינאַ‟. טיבורטינאַ איז אַ געגנט אין רוים.
ANPI, דער נאַציאָנאַלער פֿאַרבאַנד פֿון די געוועזענע פּאַרטיזאַנער, האָט געמאָלדן, אַז זײַן הויפּטקוואַרטיר איז פֿאַרשמירט געוואָרן מיט האַקנקרייצן און קאָמענטאַרן, וואָס שטיצן פּריבקע. ענלעכע גראַפֿיטי האָט מען געפֿונען אין אַנדערע ערטער, האָבן איבערגעגעבן די איטאַליענישע צײַטונגען.
אין מאַרץ 1944 האָט אַ גרופּע „עס־עס‟־סאָלדאַטן, מיט פּריבקע אין שפּיץ, אויסגעהרגעט די 335 מענטשן, ווי אַ נקמה־אַקציע קעגן די הריגות פֿון 33 דײַטשע סאָלדאַטן, לעבן רוים, מצד אַ פּאַרטיזאַנער גרופּע.
נאָך דער מלחמה איז פּריבקע אַנטלאָפֿן קיין אַרגענטינע, אָבער איז דעפּאָרטירט געוואָרן קיין איטאַליע נאָכן געבן אַן אינטערוויו אויף דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע, וווּ ער האָט מודה געווען זײַן ראָלע אין דער שחיטה. אינעם אינטערוויו האָט ער געטענהט, אַז די אומגעבראַכטע ציווילע לײַט זענען געווען „טעראָריסטן‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.