די כּישוף־וועלט פֿון ליאַלקעס

Magical World of Puppets


פֿון איזאַבעל סלוצקי

Published July 31, 2013, issue of August 16, 2013.

שוין 16 יאָר קומט אין ישׂראל פֿאָר דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיוואַל פֿון ליאַלקע־טעאַטערס און אַנימאַציע־פֿילמען — אַ וווּנדערלעכע חגא פֿאַר קינדער און דערוואַקסענע. פֿאָרשטעלונגען, קאָנצערטן, פֿילמען, אויסשטעלונגען און סעמינאַרן האָט מען געקאָנט זען אינעם פּאָפּולערן טעאַטראַלן ליאַלקע־צענטער אין חולון פֿונעם 18טן ביזן 25סטן יולי. אינעם פֿעסטיוואַל האָבן זיך באַטייליקט געסט פֿון די בעסטע ליאַלקע־טעאַטערס אין דער וועלט, אַרײַנגערעכנט פֿון שפּאַניע, איטאַליע, סלאָוועניע און קראָאַטיע. און נאָך איין וויכטיקע זאַך: דער פֿעסטיוואַל שטעלט צו די בינע פֿאַר די יונגע ישׂראל־טאַלאַנטן, שטיצט זייערע אָריגינעלע אויפֿפֿירונגען, וואָס ברענגט נוץ דער גאַנצער ישׂראל־קולטר. אין די ראַמען פֿונעם פֿעסטיוואַל זײַנען פֿאָרגעקומען אַרום 70 אונטערנעמונגען.

במשך פֿון די פֿעסטיוואַל־טעג האָט זיך דאָ אַנטפּלעקט ממש אַ כּישופֿדיקע וועלט: ריזיקע ליאַלקעס האָבן זיך באַוועגט הין־און־קריק איבער דער גרינער לאָנקע; די אומגעלומפּערטע פּאַיאַצן האָבן געמאַכט פֿריילעך קליין און גרויס; אויף די סטעזשקעס האָבן געבלאָנדזשעט פֿאַרשיידענע חיות, פֿאַרשטייט זיך, נישט קיין אמתע, אָבער זיי האָבן גערעוועט מיט אמתע קולות. יעדער, ווער עס איז געווען אויף דער ליאַלקע־שׂימחה, האָט נישט געקאָנט זיך סתּם אומדרייען, און נישט זײַן פֿאַרכאַפּט פֿון דעם אַרומיקן הו־האַ. דאָס פּובליקום האָט זיך אויסגעזעצט אויף דער גרינער לאָנקע און האָט שוין נישט געהאַט קיין געדולד בײַם וואַרטן ביז ס‘וועט זיך אָנהייבן די פֿאָרשטעלונג.

אילן סביר, דער קינסטלערישער אָנפֿירער פֿונעם פֿעסטיוואַל, האָט בײַ דער עפֿענונג געזאָגט, אַז „די אָנגעפֿאָרענע אַרטיסטן וועלן ווײַזן דעם עולם ווי שיין און פֿאַרשידנאַרטיק איז דער ליאַלקע־טעאַטער, וואָס טראָגט אין זיך אַ סך טעכנישע און קינסטלערישע מיטלען, גענאַשט בײַ אַנדערע קונסטן, קודם־כּל, קינאָ און טעאַטער. דער יערלעכער פֿעסטיוואַל אין חולון ברענגט אונדז אַרײַן אין אַנדערע טיילן פֿון אונדזער אַנטוויקלונג — פּעדאַגאָגיק און טעראַפּיע…‟, — האָט אילן באַטאָנט.

בײַ דער עפֿענונג איז בײַגעווען דער ראָש־העיר פֿון חולון, מאיר שׂשׂון, וועלכער שטיצט כּסדר די וויכטיקע אונטערנעמונג. שוין אינעם ערשטן טאָג איז געוויזן געוואָרן די מעשׂהדיקע פֿאָרשטעלונג „בלויע לבֿנה‟, געשפּילט פֿונעם טאַלאַנטירטן שפּאַנישן אַרטיסט ראָבערטאָ די לאַרעניאַ. די פּאָעטישע פֿאָרשטעלונג, דערציילט מיט די הענט־באַוועגונגען און ליאַלקעס, איז באַגלייט געוואָרן מיט שיינער מוזיק, און געמאַכט אַלץ קלאָר אָן ווערטער.

„מאַלפּע־געשעפֿטן‟, געשפּילט פֿון דער ישׂראל־טרופּע ORTO-DA
„מאַלפּע־געשעפֿטן‟, געשפּילט פֿון דער ישׂראל־טרופּע ORTO-DA

די פֿאָרשטעלונגען זײַנען פֿאָרגעקומען אַפֿילו אויף דער גאַס, אינעם קליינעם גערטנדל פֿאַרן טעאַטער־בנין. ס‘האָט מיר אָפּגעגליקט צו זען די ישׂראל־פֿאָרשטעלונג, „מאַלפּע־געשעפֿטן‟, געשפּילט פֿון דער טרופּע ORTO-DA. אַ פֿוטוריסטישע קאָמעדיע אָן ווערטער: 4 פֿליִענדיקע טעלערס האָבן געלאַנדט אויף אונדזער פּלאַנעט, און אַנטפּלעקן, אַז קיין איין לעבעדיקער נפֿש לעבט דאָ נישט. זיי פּראָבירן זיך צופּאַסן צו דער נײַער ווירקלעכקייט און צו שאַפֿן אַן אַנדער לעבן. אָבער צוליב טעכנישע פּראָבלעמען, טרעפֿן זיי פּלוצעם אין דער צײַט פֿון וועלט־באַשאַפֿונג, וווּ חווה פּרוּווט צו פֿאַרנאַרן אַלע דרײַ מענער אין איר ליבע־נעץ.

פֿאַרשטייט זיך, אַז די דאָזיקע פֿאָרשטעלונג האָט מען געשפּילט פֿאַר „גרויסע‟; אָבער ס‘רובֿ פֿונעם פֿעסטיוואַל־רעפּערטואַר איז געווען געצילט פֿאַרן יונגן פּובליקום, ווי למשל, די טעאַטראַליזירטע מעשׂהלעך פֿון האַנס אַנדערסען, פֿון סלאָוועניע; ווי דער ספּעקטאַקל „אָנגעבלאָזענע געשיכטעס‟ — פֿון שפּאַניע, וווּ אָנשטאָט ליאַלקעס, זײַנען אויסגענוצט געוואָרן באַלאָנען…

אַ גאַנצע וואָך האָבן אין חולון געוועלטיקט די ליאַלקעס, מיט זייער כּישוף און וווילקייט. אָבער פֿאָרט, ווי אין יעדער טעאַטער־פֿאָרשטעלונג, פֿאַלט צום סוף דער פֿאָרהאַנג און מע מיז אויסלעשן דאָס ליכט פֿון פֿרייד און וווּנדער. פֿון דעסטוועגן, איז געבליבן די האָפֿענונג, אַז איבעראַיאָר וועט דאָס פֿעסטיוואַל־ליכט ווידער זיך אָנצינדן און, ווי פֿלאַטערלעך אויף פֿײַער, וועלן זיך קיין חולון צונויפֿפֿליִען נײַע ליאַלקע־געסט פֿון אַלע וועלט־עקן.

פֿון וועבזײַט „אנחנו כּאַן‟