די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט האָבן זיך אָנגעהויבן אין וואַשינגטאָן. ביידע צדדים דריקן נישט אויס קיין איבעריקע באַגײַסטערונג צוליב דער באַנײַונג פֿון געשפּרעכן נאָך דרײַ יאָר. די ספֿקות און קווענקלענישן זענען גרויס; אָבער ישׂראל האָט וואָס צו פֿאַרדינען פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען.
אי ישׂראל, אי די פּאַלעסטינער, אין קעגנזאַץ צו די ווינטן וואָס בלאָזן פֿונעם „ווײַסן הויז‟, זענען ניכטער און פֿאַרשטייען גוט, אַז עס זענען דאָ פֿאַרוויקלטע, אָנגעווייטיקטע פּראָבלעמען, ממש פֿאַרשלעפּטע קרענק, וואָס עס וועט אָנקומען גאָר שווער צו לייזן, שווערער ווי אַמעריקע מיינט.
עס איז שווער צו זען, וואָס קערי קאָן מחדש זײַן, וואָסערע קונצן קאָן ער שוין אויסשיטן פֿונעם אַרבל, כּדי אַרויסצושלעפּן דעם שלום-וואָגן פֿון בלאָטע, אין וועלכער ער איז אײַנגעזונקען געוואָרן מיט צוואַנציק יאָר צוריק. דזשאָן קעריס רייד וועגן זײַן דערוואַרטונג, אַז עס וועט דערגרייכט ווערן אַן ענדגילטיקע לייזונג, קלינגען פֿאַר ישׂראלדיקע אויערן פּוסט, לעכערלעך און כּמעט אומזיניק.
אַוודאי, קאָן מען געפֿינען אַ תּירוץ, אַז ער מוז צילן הויך, כּדי צו טרעפֿן הויך, פֿון דעסטוועגן מוזן די ווערטער, איבערהויפּט פֿון הויכראַנגיקע דיפּלאָמאַטן, האָבן אַ האַפֿט אין דער ווירקלעכקייט. יעדנפֿאַלס, די האַפֿט האָט דאָס „ווײַסע הויז‟ פֿאַרלוירן פֿון לאַנג און קעריס רייד באַשטעטיקן דעם פֿאַקט.
דאָס מאָל איז ישׂראל שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין דער באַנײַונג פֿון דעם פּראָצעס מיט די פּאַלעסטינער (אַזוי רופֿט מען הײַנט אין ישׂראל די פֿאַרהאַנדלונגען, דאָס וואָרט „שלום‟ איז אונטערוועגנס ערגעץ אַהינגעקומען).
ישׂראל האָפֿט, אַז ס‘וועט איר געלונגען ווערן אָפּצושטעלן אָדער כאָטש אָפּשטילן די אינטערנאַציאָנאַלע קאַמפּאַניע קעגן איר, און זיך אַרויסשטעלן, ווי אַ פּראַגמאַטישע, שלום-גאַרנדיקע מדינה. וואָס שייך דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט, געפֿינט זיך איצט מאַכמוד אַבאַס אין אַ פֿאַרלעגנהייט: אויב ער וועט מאַכן שלום מיט ישׂראל, וועט ער אָנווערן די לעצטע ברעקלעך שטיצע בײַ זיך אין דער היים, אין ראַמאַלאַ; און אויב ער וועט אָפּזאָגן ווידער, וועט ער קריגן אַ שם פֿון אַ שלום־שטרויכלער. אייגנטלעך, טוען עס מיט דערפֿאָלג די פּאַלעסטינער קעגן ישׂראל.
ישׂראל האַלט, אַז ס‘איז דאָ איצט אַזאַ שאַנס זיך צו דערנענטערן צו די פּאַלעסטינער, אָבער צוליב דעם, נייטיקט זי זיך אין דער שטיצע פֿון דער מערבֿ-וועלט קעגן איראַן. ישׂראל איז אויך גרייט צו פֿאַרהאַנדלען מיט די פּאַלעסטינער, כּדי צו שטילן דעם אַמעריקאַנער דאָרשט נאָך אַ לעק הצלחה אין דער מיטל-מיזרח פּאָליטיק.
בײַ דער פּאַלעסטינער פֿירערשאַפֿט איז ווייניקער פֿריילעך; זייערע הענט זענען נאָך שטאַרקער געפּענטעט, ווי בײַ נתניהו. זיי קענען נישט אויפֿגעבן אויף מיזרח-ירושלים, זיי קענען נישט איבערלאָזן „פֿינף מיליאָן‟ פּליטים זיצן אין די פּליטים-לאַגערן. די פּאַלעסטינער מנהיגים רעדן דאָך די גאַנצע צײַט וועגן יפֿו, חיפֿה און טבֿריה, ווי זשע וועלן זיי קענען לאָזן צו וויסן דער „אַראַבישער גאַס‟ — דעם סאַמע פֿינצטערן, בלוט-דאָרשטיקן כּוח אין דער געגנט, — אַז זיי האָבן אויפֿגעגעבן דערויף? דערמיט ברענגען זיי אַרויס דעם האַרבסטן פּסק איבער זיך: טויט-אורטייל.
אָבער לאָמיר זאָגן, אַז עס געשעט אַ נס און, נישט געקוקט אויף אַלע מניעות, שרײַבן זיי אונטער אַ שלום־אָפּמאַך.
די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ווי איר שטייגער איז, וועט פֿאַרלאַנגען אײַנפֿירן דעמאָקראַטישע וואַלן אין פֿאַלאַסטין. ווער זשע וועט געווינען? דער וואָס האָט געוווּנען אין די וואַלן פֿון יאָר 2006 — „כאַמאַס‟.
ווי מאָדנע עס זאָל נישט זײַן, היט ישׂראל אָפּ די פֿאָסיל, וואָס שטייט בראָש פֿון דעם „פֿאַטאַך‟. אויב ישׂראל וועט זיך מאָרגן צוריקציִען פֿון די שטחים, וועט „כאַמאַס‟ איבערנעמען די מאַכט נאָך אַ בלוט-פֿאַרגיסונג, פּונקט ווי עס איז געשען אין עזה-פּאַס נאָכדעם, וואָס ישׂראל האָט אָפּגעגעבן דעם טראָן אַבאַסן.
הײַנט האַלט ישׂראלס אָנוועזנהייט אין די שטחים אָפּ דעם שרעקלעכן קריג צווישן די איסלאַמיסטן און נאַציאָנאַליסטן אין דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט. אַ זעלבשטענדיקע מדינה אונטער דער הערשאַפֿט פֿון „פֿאַטאַך‟, די נאַציאָנאַליסטן, וועט זײַן אַן אומגליק פֿאַר די פּאַלעסטינער.
וועמען וועלן זיי באַשולדיקן אין זייער אוממעכטיקייט, קאָרופּציע, שווינדל?
אינטערעסאַנט, נאָר דווקא איצט האָט זיך דאָס רעדל אַ דריי געטאָן און ישׂראל וויל אַ זעלבשטענדיקע אַראַבישע מדינה מער, ווי די אַראַבער ווילן עס אַליין. די מערהייט פֿון די ישׂראלים קוקט זיך אַרום און זעען בײַ די שכנים נאָר חורבן, געוואַלד און טויט. זיי ווילן נישט האָבן צו טאָן מיט נאָך אַ צוויי מיליאָן אַראַבער און זייער אייביקער שׂנאה.
פֿאַר ישׂראל איז בילכער צו לאָזן דעם „פֿאַטאַך‟ זיך צו באַגעגענען מיט זײַן פֿאַרחתמטן גורל — דערטרונקען צו ווערן אין אַן אומענדלעכער בלוט-באָד, צוזאַמען מיטן „כאַמאַס‟, צו נעמען אויף זיך דעם יאָך פֿון די איסלאַמיסטישע פֿאַנאַטיקער, אַן אָפּגעשטאַנענער מדינה און אַ קראַכנדיקער עקאָנאָמיע.
מאַכמוד אַבאַס פֿאַרשטייט עס גוט. וואָס טויג אים אַ סאַלאַפֿיסטישע מדינה, אַז ער קען רעגירן, אַ דאַנק די ישׂראלדיקע טאַנקען?!
האָבנדיק דאָס אַלץ אין זינען, איז אוממעגלעך צו פֿאַרשטיין די לאָגיק פֿון קעריס דיפּלאָמאַטישע גענג. שוין זשע איז ער אַזוי נאַיִוו? עס זעט אויס, ווי קערי וואָלט זיך מישבֿ געווען, אַז אויב די צרות קלאַפּן נישט אַליין אָן אין אַמעריקעס טיר, מוז ער זיי גיין אַליין זוכן.
אַמעריקע וויל ממש בגוואַלד גרינדן אַ מדינה מיט אַ שלאַבעריקער, קאָרומפּירטער רעגירונג, וואָס וועט, אַזוי אָדער אַנדערש, מוזן זיך אָנשפּאַרן אויף דער אַמעריקאַנער שטיצע סײַ מיט געלט און סײַ מיט מיליטערישן כּוח. אַמעריקע קען, אַ פּנים, נישט לעבן רויִק ביז זי וועט נישט אַרײַנברענגען אין דעם איינציקן מער-ווייניקער שטילן ווינקל אין דעם ראַיאָן, די סאַלאַפֿיסטן, וואָס דער גאַנצער אַרום זשומעט שוין מיט זיי.
עס איז שווער צו גלייבן, אַז אַמעריקע גייט מיט אָפֿענע אויגן זיך אַרײַנצוכאַפּן אין אַ פּאַסטקע. עס גלייבט זיך אַוודאי, אַז וואַשינגטאָן וויל טאַקע ברענגען שלום און שטילקייט אין אָט דעם פֿאַרפּײַניקטן ווינקל. אָבער יעדעס מאָל, ווען אַמעריקע נעמט זיך אונטער עס צו טאָן מיט די בעסטע כּוונות, לאָזט זיך עס אויס צום שלעכטן.
אַמעריקע גלייבט באמונה־שלמה, אַז פֿאַלאַסטין דאַרף זײַן אַ מעסיקע, דעמאָקראַטישע מדינה. נאָך מער: דזשאָרדזש דאַבעליו בוש האָט זיך אַפֿילו אַזוי אײַנגעעקשנט, אַז ער האָט געפּועלט בײַ די פּאַלעסטינער, זיי זאָלן דורכפֿירן פֿרײַע וואַלן. ווען די וואַלן האָט געוווּנען „כאַמאַס‟ איז בושן געבליבן נאָר אַרויסצושטאַמלען: „דאָס איז, וואָס ס‘איז טאַקע שיין אין דעמאָקראַטיע‟.
נו, בוש איז נישט געווען קיין גרויסער חכם — אַלע ווייסן עס. הלוואַי זאָל הײַנט קערי זיך אַרויסווײַזן קליגער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.