קיִעוו, אוקראַיִנע. — ווען הרבֿ עובֿדיה (אַרטור) איסאַקאָוו איז שווער פֿאַרוווּנדעט געוואָרן אין דאַגעסטאַן, האָבן די רוסישע מעדיאַ-קוואַלן געפּרוּווט עטלעכע שעה אויסצוגעפֿינען די אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם רבֿ. די לייענער פֿון דער וועבזײַט „Jewishnet.ru‟, אַ וואַקסנדיקע סאָציאַלע נעץ מיט 80,000 טאָג-טעגלעכע באַנוצער, האָבן שוין געוווּסט, ווי דער רבֿ הייסט און ווי אַזוי ער פֿילט זיך, ווען די זשורנאַליסטן האָבן זיך פֿאַרבונדן מיט דער דאָזיקער וועבזײַט און זיך פֿאַרלאָזט אויף די ידיעות.
דער אינטערנעץ-פּראָיעקט, מיטן צענטער אין קיִעוו, פֿאַראייניקט רוסיש-שפּראַכיקע ייִדן, וועלכע זענען הײַנט פֿאַרשפּרייט איבער דער גאַנצער וועלט. דער ערשטער באַריכט וועגן איסאַקאָווס מצבֿ איז געקומען פֿון ישׂראל, וווּ דער פֿאַרוווּנדעטער רבֿ האָט זיך געהיילט. אַ צאָל אַנדערע באַנוצער פֿון „Jewishnet‟ האָבן צוגעגעבן מער פּרטים וועגן דעם, ווי מע האָט געבראַכט איסאַקאָוון אין אַ ישׂראלדיקן שפּיטאָל און צוגעשיקט בילדער פֿון זײַן משפּחה. איגאָר קאָזלאָווסקי, אַ קאָמפּיוטער-ספּעציאַליסט און דער מיטגרינדער פֿון דער וועבזײַט, האָט איבערגעגעבן, אַז געוויינטלעך, ווערט זײַן סאָציאַלע נעץ מער אַקטיוו, ווען עפּעס וויכטיקס געשעט אויפֿן מיטל-מיזרח אָדער אין ייִדישע קהילות אַרום דער וועלט. אַחוץ די נײַעס, זענען אויף דער וועבזײַט פֿאַראַן אויך ספּעציעלע סעקציעס, וואָס העלפֿן די ייִדישע יונגע-לײַט צו געפֿינען זייערע באַשערטע, אַ פּלאַץ אײַנצושטיין בעת אַ וויזיט אין אַן אַנדער שטאָט און חבֿרים מיטצופֿאָרן. „Jewishnet‟ פֿאַרשפּרייט אויך רעקלאַמעס וועגן די ייִדישע אונטערנעמונגען אין קיִעוו — די אוקראַיִנישע הויפּטשטאָט, וווּ עס וווינען אַ סך ייִדן. די ענגליש-רעדנדיקע ייִדן האָבן שוין לאַנג געשאַפֿן אייגענע סאָציאַלע נעצן, אָבער אויף רוסיש זענען אַזעלכע קאָמוניקאַציע-מיטלען ביז לעצטנס נישט געווען בנימצא. קאָזלאָווסקי האָט געשאַפֿן די וועבזײַט, צוזאַמען מיט זײַן שותּף, ראָמאַן גאָלד, אינעם יאָר 2011. קאָזלאָווסקי האָט דערקלערט, אַז מיט זײַן סאָציאַלער נעץ האָפֿט ער צו פֿאַרבינדן וואָס מער ייִדן צוזאַמען, אַרײַנגערעכנט כּמעט אינגאַנצן אַסימילירטע.
לויט די ידיעות פֿונעם יאָר 2008, האָבן 80 פּראָצענט פֿון יונגע ייִדן אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד חתונה געהאַט מיט נישט-ייִדן. די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין אוקראַיִנע באַטרעפֿט 360,000 נפֿשות; בלויז אַ קליינע צאָל אוקראַיִנישע ייִדן זענען אָבער פֿאַרבונדן מיט קהילה-אינסטיטוציעס. מיט דער הילף פֿון אַ ספּעציעלער פּלאַטפֿאָרם מיטן נאָמען „Juice‟, קאָנען די יונגע נישט-אַפֿיליִיִרטע ייִדן זיך באַקענען אויף דער נײַער וועבזײַט מיט די ייִדישע קהילה-פֿירער, געשעפֿטסלײַט און זשורנאַליסטן. דעם לעצטן נאָוועמבער, צום בײַשפּיל, האָבן צענדליקער יונגע-לײַט געשמועסט מיט דרײַ רבנים, אַרײַנגערעכנט דעם אוקראַיִנישן הויפּט-רבֿ, יעקבֿ בלײַך.
אין אַ שמועס מיט דער ייִט״אַ, האָט בלײַך, אַ געבוירענער אין ניו־יאָרק, דערקלערט, אַז די פֿראַגעס, וואָס ער באַקומט פֿון די אוקראַיִנישע ייִדן, זענען נישט אַזוי וויכטיק, ווי דאָס מיטל, וווּ מע קאָן זיי באַהאַנדלען. די וועבזײַט ברענגט צוזאַמען די אָרטיקע ייִדן, וועלכע וואָלטן זיך נישט געפֿילט באַקוועם צו באַזוכן פֿאָרמעלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס.
אַ טייל אַנדערע מענטשן באַנוצן זיך מיט דער נײַער וועבזײַט אויף דעם זעלבן אופֿן, ווי די באַזוכער פֿון אַנדערע סאָציאַלע נעצן. למשל, איראַ פֿילאַטאָוואַ, אַ יונגע קאָמפּיוטער-פּראָפֿעסיאָנאַלקע, פֿאַרבינדן זיך דאָרטן מיט אירע קינדהייט-חבֿרים. בלײַך האָט צוגעגעבן, אַז אַ וויכטיקער עלעמענט, וואָס העלפֿט אַרײַנצוברענען מער מענטשן אויף דער נײַער וועבזײַט, איז דער אויטענטישער טעם. אַנשטאָט פֿאָרמעלע אינסטיטוציעס, קאָנען די רוסיש-רעדנדיקע ייִדן זיך קאָמוניקירן אויף אַ נאַטירלעכן אופֿן איינער מיטן צווייטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.