די דאָקומענטן פֿונעם אַמעריקאַנער דעפּאַרטאַמענט פֿון יוסטיץ ווײַזן אָן, אַז 10 פֿאַרדעכטיקטע נאַצי-פֿאַרברעכערס זענען געבליבן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט באַפֿוילן זיי צו דערפּאָרטירן. קיין אַנדער מלוכה האָט זיי אָבער נישט געוואָלט אַרײַנלאָזן, דערפֿאַר זענען זיי געבליבן אין אַמעריקע.
לויט דער נײַעס-אַגענטור „איי-פּי‟, וועלכע האָט די וואָך פֿאַרעפֿנטלעכט אַ באַריכט וועגן דער דאָזיקער מעשׂה, האָט דער דעפּאַרטאַמענט פֿון יוסטיץ באַטראַכט די מעגלעכע דעפּאָרטאַציע פֿון 137 מענטשן, צוליב דעם, וואָס זיי זענען געווען פֿאַרדעכטיקט אין מלחמה-פֿאַרברעכנס. די פּראָצעסן איבער זיי האָבן זיך אָנגעהויבן אינעם יאָר 1979. זינט דעמאָלט, זענען בלויז 66 פֿון זיי אַרויסגעפֿירט געוואָרן אין אַנדערע לענדער.
בשעת די רעגירונג-אינסטאַנצן האָבן באַטראַכט, ווי אַזוי צו דעפּאָרטירן די פֿאַרדעכטיקטע, זענען אַ טייל פֿון זיי געשטאָרבן. אין אַנדערע פֿאַלן, האָט דער יוסטיץ-דעפּאַרטאַמענט אָפּגעשטעלט די פּראָצעסן צוליב דעם שוואַכן געזונט-מצבֿ פֿון די פֿאַרדעכטיקטע אָדער צוליב דעם, וואָס זיי האָבן קאָאָפּערירט מיט אַנדערע אויספֿאָרשונגען.
אין 10 פֿאַלן, ווי עס האָט אויסגעפֿונען די אַגענטור „איי-פּי‟, האָט מען באַשלאָסן צו דעפּאָרטירן די פֿאַרדעכטיקטע. למעשׂה, אָבער, זענען זיי געבליבן אינעם לאַנד און האָבן ווײַטער געקאָנט באַקומען די מלוכישע בענעפֿיטן. אין אַ טייל פֿאַלן, האָבן די אַנדערע לענדער, וווּהין מע האָט פּלאַנירט זיי צו דעפּאָרטירן, האָבן זיך אָפּגעזאָגט אָנצונעמען די דאָזיקע מענטשן, ווײַל די דאָרטיקע אינסטאַנצן האָבן זיי נישט אָנערקענט ווי בירגער.
אין עטלעכע פֿאַלן, האָט מען געפּרוּווט אָפּצושיקן די פֿאַרדעכטיקטע קיין פּוילן און אוקראַיִנע. זעקס פֿון זיי זענען שוין געשטאָרבן; די איבעריקע פֿיר לעבן נאָך אַלץ אין אַמעריקע.
„איי-פּי‟ גיט איבער די נעמען פֿון די פֿיר מענטשן, וועלכע האָבן געזאָלט, טעאָרעטיש, דעפּאָרטירט ווערן קיין אייראָפּע: וולאַדאַס זאַיאַנקאַוסקאַס וווינט אין סאָטען, שטאַט מאַסאַטשוסעטס; טעאָדאָר שעכינסקי — אין וועסט טשעסטער, פּענסילוועניע; יאַקיוו פּאַלי — אין מאַנהעטן, ניו-יאָרק; און דזשאָן קאַלימאָן — אין טרוי, טעקסאַס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.