ס’איז גאָר ניט קיין נײַע זאַך — איך מיין אַן אידעאָלאָגישע צעטיילונג פֿון עסנוואַרג אויף דעם וואָס מע קען עסן און אויף דעם, צו וואָס מע טאָר זיך ניט צורירן. לעצטנס האָבן מיר דערהערט וועגן אַ פֿרישן עפּיזאָד אין דער סאַגע אָן אַ סוף, אַז אין די געגנטן פֿון סיריע, וואָס ווערן קאָנטראָלירט דורך די מוסולמענישע פֿונדאַמענטאַליסטן, זײַנען פֿאַרווערט אַלע מינים געבעקס, וואָס האָבן אַ פֿאָרעם פֿון אַ האַלב-לבֿנה. בײַ אונדז אין דער היים, אין אוקראַיִנע, האָט מען זיי גערופֿן מיטן וואָרט „ראָגאַליקעס‟, ווײַל זיי האָבן דערמאָנט צוויי הערנער פֿון אַ קו; און אויף רוסיש הערנער איז „ראָגאַ‟. איז אויף ייִדיש געוואָרן „ראָגאַליקעס‟. מיט וואָס זשע האָבן זיך די דאָזיקע „ראָגאַליקעס‟ פֿאַרשולדיקט? ווײַל מע טײַטשט זייער פֿאָרעם אויס ווי אַ סימבאָל פֿון אייראָפּעיִשע נצחונות איבער די מוסולמענער. ווי אַ פּועל-יוצא — אויס געבעקס!
אַ חוץ אידעאָלאָגישע (רעליגיעזע, הומאַניסטישע וכ’) סיבות, קען אַן אַכילה, געטראַנק צי נאָך עפּעס אַזוינס ווערן אָסור צוליב ריין פּאָליטישע גורמים. איך געדענקט נאָך ווי מע האָט אין דער סאָוועטישער פּרעסע געשריבן ווילדע זאַכן וועגן „קאָקאָ-קאָלאַ‟ און קײַגומקעס, וועלכע האָבן סימבאָליזירט די „מיאוסקייט פֿון דער קאַפּיטאַליסטישער סיסטעם‟. אפֿשר איז עס אַפֿילו געבליבן שטעקן אין מײַן מוח, ווײַל איך טרינק ניט „קאָקאַ-קאָלאַ‟ און האָב פֿײַנט קײַגומקעס.
אַזוי צי אַזוי, אָבער פּאָליטישע שפּילן מיט אַכילה און געטראַנקען פֿירט מען רעגולער אין רוסלאַנד. די צענטראַלע פֿיגור אין דער פֿײַנשמעקערישער רוסישער פּאָליטיק איז די לעצטע יאָרן געוואָרן גענאַדי אָנישטשענקאָ, וואָס קאָמאַנדעוועט מיט דער מלוכישער סאַניטאַר־דינסט. ווען מע דאַרף עס, געפֿינען גלײַך די עקספּערטן אַ פּגם אין דער פּראָדוקציע, וואָס ווערט עקספּאָרטירן קיין רוסלאַנד. מע געדענקט, למשל, ווי ער האָט אײַנגעפֿירט אַ פֿאַרווער אויף די גרוזינישע ווײַנען און דעם מינעראַל־וואַסער „באָרזשאָמי‟; און לעצטנס, ווען די באַציִונגען צווישן די לענדער האָבן זיך פֿאַרבעסערט, האָבן די ווײַנען און „באָרזשאָמי‟ פּלוצעם פֿאַרלוירן די פֿריִערדיקע טריפֿקייט.
איצט האָט אָנישטשענקאָ, אַליין אַן אוקראַיִנער, געעפֿנט אַ נײַעם פֿראָנט — קעגן דער אוקראַיִנישער פֿירמע Roshen, וועלכע פּראָדוצירט זיסוואַרג. מע קאָן זען די דאָזיקע פּראָדוקציע אין דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און אין די רוסישע געשעפֿטן אין ישׂראל, אַמעריקע און מערבֿ-אייראָפּע. דער נאָמען פֿון דער פֿירמע שטאַמט פֿון דעם נאָמען פֿון איר באַלעבאָס — פּעטראָ פּראָשענקאָ (מע האָט נאָר אָפּגעוואָרפֿן דעם אות אין אָנהייב און די צוויי סוף-אותיות), וואָס איז איינער פֿון די רײַכסטע געשעפֿטלײַט אין אוקראַיִנע, און דערצו איז ער נאָך אַ פּאָליטישער טוער. ער האָט פֿאַרנומען צענטראַלע פּאָזיציעס אין דער אוקראַיִנישער רעגירונג. מחוץ אוקראַיִנע, וווּ אין פּראָשענקאָס אונטערנעמונגען אַרבעטן אַכט טויזנט מענטשן, האָט ער אויך פֿאַבריקן אין רוסלאַנד און ליטע. האָט אָנישטשענקאָ געפֿונען פּראָבלעמען דווקא אין די פֿאַבריקן, וואָס זײַנען באַזירט אין אוקראַיִנע. זײַנען איצט די זייער פּאָפּולערע ממתּקים פּלוצעם פֿאַרווערט געוואָרן אין רוסלאַנד!
איך האָב דערווײַל נאָך ניט געזען קיין צײַטונג-אַרטיקל, וועלכער זאָל אויפֿנעמען אָנישטשענקאָס באַשלוס פֿאַר ריין געלט. אַלע פֿאַרשטייען, אַז דאָס איז אַ נײַער פּאָליטישער טריק. רוסלאַנד וויל נאָך אַ מאָל דערמאָנען אוקראַיִנע, אַז דער רוסישער מאַרק קען זיך פֿאַרמאַכן פֿאַרן אוקראַיִנישן עקספּאָרט, טאָמער די קיִעווער מלוכה-טוערס וועלן זיך ניט באַטראַכטן. רוסלאַנד וויל, אַז אוקראַיִנע זאָל אויפֿהערן זיך פֿאַרקוקן אויף אייראָפּע און, אַנשטאָט דעם, מאַכן טיפֿער איר קאָאָפּעראַציע מיט מאָסקווע.
די דאָזיקע „ברידערלעכע‟ קאָאָפּעראַציע איז געווען אויפֿן סדר-היום בשעת דער גרויסער חגא אין קיִעוו, וווּ מע האָט סוף יולי אָפּגעמערקט 1025 יאָר זינט די פּראַוואָסלאַוונע קריסטלעכקייט איז פֿון קאָנסטאַנטינאָפּאָל אַרײַנגעבראַכט געוואָרן קיין קיִעווער רוס (מאָסקווע איז דעמאָלט נאָך ניט בנימצא געווען). קיין קיִעוו זײַנען געקומען אַלע פּראַוואָסלאַוונע פּאַטריאַרכן, אָבער די הויפּט-ראָליע האָט געשפּילט, פֿאַרשטייט זיך, דער מאָסקווער פּאַטריאַרך קיריל. בפֿרט נאָך, אַז אין אוקראַיִנע האָט זײַן קירך נאָך אַלץ מיליאָנען אָנהענגער, מער ווי די קלענערע פּראַוואָסלאַוונע ריכטונגען, וועלכע זײַנען אומאָפּהענגיק פֿון מאָסקווע.
פֿאַר מאָסקווער סטראַטעגן שטעלט מיט זיך פֿאָר די פּראַוואָסלאַוונע קירך אַ וויכטיקן קאַנאַל, דורך וועלכן זיי ווילן זיך דערשלאָגן אַ קער אין דער פּאָליטיק פֿון זייער אייגנוויליקן שכן. אָבער, לויט אַלע סימנים נאָך, העלפֿט עס אַלץ ווי אַ טויטן באַנקעס. ס’רובֿ אוקראַיִנער זעען זייער צוקונפֿט אין אַ פּאָליטישער און עקאָנאָמישער פֿאַרבינדונג מיט אייראָפּע, ניט מיט רוסלאַנד. אַ סבֿרא, אַז וולאַדימיר פּוטין, וואָס איז אויך געקומען אויף דער קיִעווער חגא, פֿאַרשטייט עס זייער גוט און זוכט, ווי אַזוי אַ שטעך צו טאָן דעם שכן.
ווי לאַנג וועלן די „ראָשען‟-צוקערקעס בלײַבן אָסור? דאָס וועט זײַן אָפּהענגיק פֿון פּאָליטישע באַשלוסן, צו וועלכע מע וועט קומען אין דעם מאָסקווער קרעמל (כ’מיין, „קרעמלין‟). אַגבֿ, קיין איין אַנדער לאַנד, אַרײַנגערעכנט ישׂראל, דײַטשלאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט דערווײַל ניט קיין צרות מיט אָט דער פּראָדוקציע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.